א זיבן יעריג קינד פון גוטאמאלא, איז געשטארבן פארגאנגענע וואך, עטליכע שטונדן נאכ'ן אריינגענומען ווערן דורך גרעניץ-וואך אגענטן מער באקאנט אלס ''אייס''.

דער קינד האט אנגעהויבן ליידן פון סידזשערס עטליכע שעה נאכן אריינגענומען ווערן, און איז דערנאך אריין אין קארדיאק ארעסט (חולי נופל) און איז אפגעפירט געווארן מיט א העליקאפטער צו דער פראווידענס שפיטאל אין על-פאסא טעקסאס.

לויט א וואשינגטאן פאוסט באריכט, איז דער קינד געשטארבן פון אויסגעטרוקנקייט און סעפטיק-שאק, א מעדיצינישער טערמין וואס באדייט אז די אינערליכע ארגאנען הערן אויף צו פונקציאנירן, עס דארף אבער אנגעוויזן ווערן אז דער סי-ען-ען נייעס אגענטור וואס האט אראפגעברענגט דעם פאוסט באריכט, שרייבט אז דערווייל ווייסט מען נישט די אורזאך פונעם טויטפאל, און דערווייל ווארט מען אויף א באריכט פון דער מעקיקאל עקזעמינאר, דאך אבער האט דער שרעקליכער פאל געברענגט צום אויבערפלאך די אלגעמיינע פראבלעמען וואס פלאגן די אייס אגענטור, און די שווערע אומשטענדן אונטער וועלכן מענטשן ווערן געהאלטן נאכן ארעסטירט ווערן דורך זיי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל