דער אמעריקאנער רעגירונג, האט פארלאפענעם חודש געהאט רעקארד הויכע בודזשעט דעפיציט, ווי די אויסגאבן זענען געווען דאפלט פון די רווחים.
דער אמעריקאנער רעגירונג האט אויסגעגעבן אזויפיל ווי 411 ביליאן דאלאר פארגאנגענעם חודש אליינס, אין די צייט וואס שטייער אנקונפטן זענען געווען נישט מער ווי 206 ביליאן דאלער, דאס באדייט אז דער רעגירונג האט געהאט א דעפיציט פון 206 ביליאן דאלער, און פארגלאך צו פאריאר אזא צייט ווען די רעגירונגס דעפיציט איז נאר געווען 139 ביליאן דאלער, דאס איז א 18 פראצענט שפרינג פון א יאר פריער.
די דעפיציט פארן גאנצן פיסקל יאר 2018, איז די העכסטע פון די לעצטע זעקס יאר, סיי צוליב די שטייער שניטן וואס די רעפובליקאנער האבן באשטעטיגט און אויך צוליב פעדעראלע אויסגאבן פאר די מיליטער זענען גאר שטארק געהויבן געווארן, בסך הכל וועט די צוגעלייגטע דעפיציט פון די טראמפ אדמיניסטראציע אליינס, אנקומען צו א געשאצע טריליאן דאלאר אין די יאר 2020, ווען טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה