לויט ווייסע הויז קוועלער, איז טראמפ זייער באזארגט איבער די מעגליכקייט פון ווערן אימפיטשט, זינט זיין געוועזענע אדוואקאט מייקל קאהען איז פאראורטיילט געווארן צו א דריי יעריגע טורמע טערמין.

טראמפ איז אויך שטארק באאומראיגט, זייט זיין געוועזענעם פריינט דעוויד פעקער האט אנגעהויבן קאאפערירן מיט פעדעראלע אויספארשער, טראמפ איז לויט דער באריכט באזארגט אז דעמאקראטן אין קאנגרעס וועלן זאגן אז עס זענען פארהאן גענוג באווייזן אויף קרימינאלע אקטן אז מען זאל אנהויבן אימפישטמענט פראצעדורן אין קאנרעס אויף אים.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל