אין רעאקציע צו א כוואליע טעראר אטאקעס דורך געפירט דורך כאמאס מיליטאנטן, האבן מדינת ישראל קרעפטן זיך היינט אראפגעלאזט אויף די מערב ברעג און ארעסטירט צענליגער כאמאס מיליטאנטן.

די מערב ברעג ווערט קאנטראלירט דורך דער מער מעסיגער פאטאך פארטיי, וואס פירט אן דער פאלעסטינער אויטאריטעט, וואס ווערט באטראכט אינטערנאציאל אלס לעגיטימע ארגענעזאיע, אין די צייט וואס עזה ווערט קאנטראלירט דורך דער מיליטאנטישער כאמאס.

עס איז דעריבער אינטערסאנט אז כאמאס האט זיך אנגעהויבן זיך אריינצורוקן אין די מערב ברעג, לויט עקספערטן פרובירט כאמאס שוין לאנג צו עפענען א פרישע פראנט אנטקעגן מדינת ישראל, ווייל כאמאס האט איינגעזען אז עזה איז מער נישט די פאסיגע פלאץ פון ווי צו קאארדינירן אטאקעס קעגן מדינת ישראל, און כאמאס האפט זיך צוביסלעך צו אויפבויען אין די מערב ברעג.

אויסער די ארעסטן דורך מדינת ישראל קרעפטן האבן לאקאלע ראיאטן פאליציי פון די פאלעסטינער אויטאריטעט זיך ווילד געשלאגן מיט פרא כאמאס פראטעסטירער.

דער פירער פון די פאלעסטינער אויטאריטעט האט באשולדיגט מדינת ישראל און די אומרוען, און געזאגט אז דער מדינת ישראל רעגירונג האט געברענגט א ווילדע קלימאט אינעם ראיאן.




>



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל