די פאליציי אין שטראסבורג, פראנקרייך, האט נעכטן דערשאסן צום טויט דעם טעראריסט וואס ווערט געגלויבט אין האבן אדורך געפירט די שטראסבורג טעראר אטאקע, פריער אין וואך.

די פאליציי האבן אים פרובירט צו ארעסטירן, אבער האבן געשאסן אויף אים נאכדעם וואס ער האט געשאסן אויף זיי, דאס קומט נאך צוויי טעג וואס די פאליציי אין פראנקרייך, האט געפירט א מאסיווע געיעג נאך דעם 29 יעריגן טעראריסט טשאריף בארקאט.

לויט די פראנצויזישע פאליציי האט דער טעראריסט געהאט א לאנגע היסטאריע פון פארשידענע פארברעכנס, אריינגערעכנט רויבערייען, און איז אויך געווען אויף א רעגירונגס ליסטע פון מעגליכע עקסטרעמיסטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל