אמעריקאנער געשטיצטע קורדישע קעמפער, האבן היינט פרייטאג איינגענומען דעם לעצטן דארף, אויף וועלכן די איסלאמישע שטאט האט נאך געוועלטיגט.

דער שטעטל האדזשין איז געפאלן נאך גאר א שווערע ווידערשטאנד, וואס די אייסיס קעמפער האבן געשטעלט אין די לעצטע טעג.

די סירישע קורדן האבן שוין פראבירט איינצונעמען דעם שטעטל מיט די ארומיגע דערפער אין די געגנט, פון דיר-על-זור שוין פאר דריי חדשים, און אין די פארגאנגענע וואכן האבן זיי באקומען פארשטארקערטע כוחות פון צפון סיריע, און יעצט איז דאס זיי ענטגילטיג געלונגען.

לויט דער בריטיש באזירטע סירישע אבזערוואציע גרופע, האבן די קורדישע קעמפער איינגענומען דעם שטעטל און די פארטאגס שעה'ן אונטער שוץ פון אמעריקאנער לופט כוחות וועלכע האבן שווער באמבאדירט די לעצט פארבליבענע אייסיס קרעפטן פון אויבן.

דער היינטיגער שלאכט באדייט אז אייסיס וועט מער נישט געוועלטיגן אפציעל אויף קייין שום טעריטאריע, אין דער געגנט פון איראק און סיריע ווי זיי האבן אפציעל דערקלערט דאס אויפשטעלן אן איסלאמישע קאליפאט אין 2014.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל