די פינישע רעגירונג האט אפיציעל באשטימט היסטאריקער אויסצופארשן 1,400 פון אירע בירגער וועלכע האבן וואלונטירט פאר די עס-עס און מעגליך געווען פארמישט אין מלחמה פארברכנס, אריינגערעכנט דאס אומברענגען אידן, דורכאויס די צווייטע וועלט קריג. די היסטאריקער וועלן אדורככגיין טויזענטער דאקומענטן פון די יד ושם מוזעאום, עדות'שאפט פון אייכמאנ׳ס פראצעס, ווי אויך דאקומענטן פון פינלאנד, רוסלאנד, דייטשלאנד, און נאך לענדער.

דערווייל איז אומקלאר וויפל אידן זענען אומגעברענגט געווארן דורך פינישע עס-עס וואלונטירן, אבער מען ווייסט קלאר אז פינישע עס-עס וואלונטיר סאלדאטן זענען געווען סטאנציאנירט אין דער אוקראינער שטאט לעמבערג, וואו הונדערטער אידן זענען אומגעקומען ביים צווייטן וועלט קריג.

דער אויספארשונג האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס פּראָפעסאָר אפרים זוראָף פון דער וויזענטאל צענטער האט געשיקט א בריוו צו יעצטיגן פינישן פרעזידענט סאַולי ניניסטאָו בעטנדיג אז ער זאל אויספארשן פינישע בירגער וואס זענען געווען פארמישט אין אומברענגען אידן ביים צווייטן וועלט קריג. די ביטע איז געקומען נאך פרישע אויפדעקונגען איבער פינישע בירגער וואס זענען געווען מיטגלידער פון דער וואפן עס-עס ווייקינגס איינהיייט, וואס איז געווען פארמישט אין אומברענגען טויזענטער אידן פון אוקראינע. לויט באריכטן זענען 8 פון די 1,400 פינישע עס-עס וואלונטירן נאך ביים לעבן. עס איז אבער נישט קלאר אויב די אויספארשונג וועט פירן צו אנקלאגעס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל