געציילטע טעג נאכ׳ן מעלדן דעם באשלוס צו ארויסציען אירע טרופן פון סיריע האבן באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע געזאגט פאר די פרעסע אז אמעריקע וועט אויך דראסטיש איינצוימען איר מיליטערישע אנוועזנהייט אין אפגאניסטאן, און אהיימברענגען ארום 7,000 טרופן וועלכע געפונען זיך דארט, וואס איז ארום האלב פון די צאל זעלנער וועלכע זענען פארבליבן דארט. אבער מיליטערישע באאמטע האבן דאס נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט. אין די לעצטע מאנאטן האבן זיך די טאליבאנער היבש פארשטארקט אין אפגאניסטאן, און דער באריכט רופט ווידער ארויס קריטיק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע פון פילע אינעם רעכטן לאגער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה