פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א ביל פון 827 ביליאן דאלער, פארן אגריקולטור דעפארטעמנט וועלכע שענקט מער הילף פאר אמעריקאנער פארמער, ספעציעל די וועלכע זענען באטראפן געווארן פון טראמפ׳ס האנדלס קריגן, און אזוי אויך לעגאליזירט עס דאס פלאנצן און וואקסן דעם העמפ געוואוקס וועלכע איז געווען פארבאטן ביז יעצט אין אמעריקע וויבאלד מען מאכט פון איר דעם מאריכוואנע סובסטאנץ.

אונטער דעם ביל ווערט אויך פינאנצירט דעם פוד-סטעמפס פראגראם. דער ביל טוט רעקאמענדירן דעם אגריקולטור דערפארטמענט צו שטרענגען מאכן די פארשריפטן אויף צו באקומען פוד-סטעמפס און ארבייטס פעאיגע יונגטליכע וועלן ווערן אויסגעשלאסן פונעם פראגראם און אריינגיין אין פראגראמען וועלכע וועלן זיי העלפן טרעפן ארבייט אנשטאט נעמען פוד-סטעמפס, די רעפובליקאנער האבן געזוכט שטרענגערע פארלאנגען, אבער די דעמאקראטן האבן עס בלאקירט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל