ווען אַ אריינגעגעבויטע עפּפּ איז נישט גענוג...

די האלידעיס זענען דאָ, און איר קענט איינקויפן די נייעסטע פראדוקטן פאר גוטע פרייזן (ווען נישט?...). אויב האט איר געקויפט אדער באקומען א נייע אייפאון, וועט איר לכאורה דארפן עטליכע עפּפּס זיך אן עצה צו געבן. אסאך אָפּציעס זענען פשוט און קלאר - איר וויסט שוין זיכער אז איר וועט איסטאלירן וואַטסעפּפּ, אינסטאַגראַם אָדער יו-טוב - דאָ האט איר רעקאמאַנדאציעס פאַר עטלעכע אינטערעסאנטע עפּפּס וואס איר ווייסט מעגליך נישט.

מיר וועלן ערשט אראפברענגן רעגולער עפּפּס וואס ווערט די מערסטע באנוצט איבער די וועלט, פון פראדוקטיווע עפּפּס צו פארברענגען און געימס. דאן וועלן מיר ברענגן ספעציעלע עפּפּס מיט אידישע אינטערעסע.

מייקראָסאָפט אַוטלוק

פּראָסט גערעדט, די גענעטישע אימעיל עפּפּ דורך עפּל (גערופן "מעיל") וואָס קומט מיט די פאָון איז געפערליך, ספּעציעל אויב, ווי רוב מענטשן, האט איר אַ דזשימעיל קאנטע. מעק עס אויס און טוישט צו די מייקראָסאָפט אַוטלוק עפּפּ אַנשטאט, וואָס גיבט אַ שנעלע, ריינע אינטערפעיס סטיל, גאר גוטע סופארט פאר כמעט יעדער אימעיל פלאטפארמע איבער די וועלט, און די סארט פארלעסליכקייט וואס עפּל'ס עפּפּ האט נישט.
באנוס: עס האט אויך אריינגעבויעט א קאלענדער און קאנטאקט ליסטע, וואס ארבעט נאנט מיט די אימעיל טייל.

🛒 פריי

גוגל פאָטאָס

עס איז גאָרנישט צובראכן מיט עפּל'ס טייערע אייקלאַוד סטאָרעדזש סערוויס, אויב איר זוכט ווי פטור צו ווערן פון איירע געלד... אויב איר ווילט אַ שנעלע, פּשוט'ע, און (בעסטער פון אַלע) פרייע וועג צו אוועקלייגן אַלע אייערע בילדער (אָדער עפּעס צו נוצן ווי אַ בעקאַפּ פאַר אייער אייקלאַוד בעקאַפּ...), פּרובירט גוגל פאָטאָס. איר וועט נישט קענען האלטן דארט פולע, הויכע-רעזאלוציע (קוואליטעט) בילדער - אויסער אויב איר זענט גרייט צו באַצאָלן פאַר די סטאָרעדזש - אָבער אויב איר מוזט נישט האבן די קוואליטעט צו קענען דרוקן אייערע נאכטמאל בילדער אויף א בילבאורד... דאן וועט איר זיך קענען ערלויבן די פרייע סערוויס פון אומבאַגרענצטע סטאָרעדזש פאר אלע אייערע בילדער און ווידיא. נאכמער, גוגל פאָטאָס האט אריינגעבויט א גאר נוצבארע טעגגינג סיסטעם וואס האלט חשבון אויך די געאלאקאציע (ארט), מענטשן (געזוכטן) און אנדערע חפצים אין יעדע בילד, און איר קענט רואיג פרלאנגען פון גוגל צו אהערדערלאנגען א בילד פון אדמו"ר מ'ווייסעכווער וואו ער צינדט די מנורה אין די שווייץ...

🛒 פריי

גוגל מעפּס

האט איר א סיפוק פון פארלוירן ווערן? אויב די ענטפער איז ניין, אינסטאַלירט גוגל מעפּס. און ניין, מיר באקומען נישט באצאהלט פון גוגל צו ברענגן וואס מער פון זייערע עפּפּס, ווייל זיי באקומען אויך נישט באצאהלט פאר די אומזינסטע עפּפּס... גוגל מעפּס איז היינט אסאך בעסער ווי זי איז אמאל געווען, און איז די בעסטע ווען עס קומט צו נישט טראדיציענאלע דירעקציעס, א שטייגער ווי גיין מיט די פיס און באס און באן רייזעס.

🛒 פריי

1פּעסוואָרד אדער לעסטפּעס

פּעסוואָרד זיכערהייט איז זייער וויכטיג, ספּעציעל אין א צייט וואס מען הערט כסדר איבער דאַטאַ אַרויסרינונג. באַשיצט אייער אָנליין דאטא מיט אַ פּעסוואָרד פאַרוואַלטער, וואָס וועט סיי אייך העלפן נוצן שטארקערע פּעסוואָרדס און סיי מאַכן זיכער אַז איר ניצט נישט די זעלבע פּעסוואָרד פאַר יעדער וועבזייטל.

מיט די לעצטנס באפרייט איי-או-12, האט עפּל ערמעגליכט פאַר פּעסוואָרד מענעדזשערס צו אַרבעטן אומטער די קוליסן מיט די איבריגע אָפּערייטינג סיסטעם, אַזוי אַז אריינלאָגירן מיט אייער נייע (און פיל מער פארזיכערטע) פּעסוואָרד איז זייער גרינג.
🛒 1פּעסוואָרד איז פריי

איי-עי-רייטער

אויב זענט איר א מענטש וואס נעמט אסאך נאטיצן, צוינט זיך צו אינוועסטירן אין iA Writer - עס איז אַ שנעלע, מינימאַלע עפּפּ אַז מאכט גאר גרינג שנעל אַראָפּצושרייבן הערות. און איר וועט קענען סינק'ן (אריבערפירן) די הערות צו אייער קאָמפּיוטער (מעק און פּי-סי).

🛒 $8.99

ובלכתך בדרך

די גרעסטע אידישע עפּפּ אנגעפילט מיט ספרי קודש, אריינגערעכנט א סידור, תנ"ך (מיט מקראות גדולות), משנה מיט פירושים, גמרא מיט רש"י און תוספות, מדרשים, ספרי הלכה, ספרי מיסור, מחשבה ספרים, ספרי חסידות וקבלה, לימודי יומי ווי חוק לישראל און נאך. עס קומט מיט אסך אפציעס.

🛒 פריי

אולטימעט זמנים

אולטימעט זמנים איז דער פּרעמיער זמנים עפּפּ, מיט אסאך אפציעס. עס ארבעט מיט אייער דזשי-פי-עס צו וויסן אייער לאקאציע אהן דארפן אויפזוכן, פארשידענע שיטות, דערמאנונגען און נאך.

🛒 מערסטענס פריי

מנין שוין

"מנין נאַו" לאזט איר אראנדזשירן א מנין אין געציילטע מינוטן, סיי וועלכע צייט פונעם טאָג און סיי וואו אימער איר זענט.

🛒 פריי

כשר נעבן מיר

שוין געדאווענט? צייט צו עסן!... איר זוכט פאַר א כשר'ע רעסטוראַנט? כשר'ע גראָסערי געשעפט? "קאושער ניער מי" איז דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָשער עפּפּ לאזט אייך לייכט זוכן אַ ראַדיוס פאַר לאקאלע כשר'ע עסטאַבלישמאַנטן איבער דער וועלט.

🛒 פריי


צוזאמגעשטעלט דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל