צענדליגע טויזנטער רייזנדע אינעם פארנומענעם "געטוויק" לופטפעלד אין לאנדאן האבן זיך געטראפן געשטראנדעט, נאכדעם וואס דער לופטפעלד איז גענצליך אפגעשפארט געווארן, און אלע פליגערס זענען באפוילן געווארן צו בלייבן אויף די ראנוועי צוליב דעם וואס מען האט באמערקט צוויי פילאטלאזע אפאראטן אריבערפליען דעם לופטפעלד צוים, און עס איז נישט געווען קלאר אויב עס האנדלט זיך פון א טעראר פרואוו.

דער לופטפעלד איז געבליבן אפגעשפארט פאר לאנגע שטונדן ביז מען האט פארזיכערט אז עס האנדלט זיך פון דראונס וועלכע זאנען געפלויגן דארט אומגעזעצליך, אבער אן קיין בייזוויליגע מאטיוון. דער אפשלוס האט געברענגט דערצו אז 760 פליגער רייזעס זענען אפגעשטופט געווארן, און עס האט עפעקטירט איבער הונדערט טויזנט רייזנדע וועלכע האבן געמוזט פליען הערשט היינט דאנדערשטאג אנשטאט מיטוואך נאכט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל