די מעקסיקאנער רעגירונג האט מסכים געווען צו א אמעריקאנער פארשלאג אז אימיגראנטן פון אנדערע לענדער וואס זוכן אזיל רעכט אין אמעריקע זאלן קענען פארבלייבן אין מעקסיקא, און אויב זיי זענען שוין אין אמעריקע זאלן זיי צוריקגעשיקט ווערן קיין מעקסיקא ווילאנג אמעריקע באטראכט זייער קעיס. דער באשלוס פון מעקסיקא איז היסטאריש, נעמענדיג אין באטראכט אז די מעקסיקאנער רעגירונג האט ביז היינט נישט צוריקגענומען קיין אימיגראנטן פון אמעריקע וועלכע זענען נישט קיין מעקסיקאנער.

דער מעקסיקאנער אויסערן מיניסטער האט געזאגט אז דער באשלוס איז בלויז צייטווייליג, און איז געטוהן געווארן צוליב הומאניטארישע אורזאכן. דער באשלוס איז א געוואונס פאר די טראמפ אדמיניסטראציע, וועלכע פלאגט זיך מיט אן איבערפלוס פון אזיל רעכט זוכער, און האט ווייניג אויפהאלטונגס צענטערן פאר אזעלכע וועלכע ווארטן אז זייער אזיל רעכט פראצעדור זאל פארטיג ווערן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל