פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער ברענגט אהיים די זעלנער פון סיריע, נאכ׳ן דערקלערן אז מען האט באזיגט אייסיס. דאס האט געברענגט שארפע קריטיק פון קאנסערוואטיווע סענאטארן און קאנגרעסלייט, אריינגערעכנט סענאטאר לינדזי גרעהעם וואס האט עס באצייכנט אלס "א ריזיגע טעות וואס וואלט געפאסט פאר פרעזידענט אבאמא", און נאך ענליכע קריטיק פון א רייע סענאטארן.

אבער אויך איבער די וועלט האט דער באשלוס געברענגט פארדרוס און שאק, הויפטזעכליך אין מדינת ישראל וואו דער מיליטער איז באזארגט אז דאס זיך ארויסציען וועט איבערלאזן דעם טעריטאריע אינגאנצן אונטער די הענט פון רוסלאנד און איראן וועלכע זענען אליאירט מיט די ראדיקאלע טעראר גרופע חיזבאלע וועלכע גרייט זיך פאר קריג מיט מדינת ישראל. אויך די קורדן זענען טיף אנטוישט, ספעציעל נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז טראמפ האט געפאסט דעם באשלוס נאכ׳ן עס איבערשמועסן מיט פרעזידענט ארדואן פון טערקיי, וועלכע פירט אן א טויטליכע מיסיע קעגן די אמעריקאנער-געשטיצטע קורדן, וועלכע האבן געבלוטיגט אין די שלאכטן קעגן אייסיס אינאיינעם מיט אמעריקאנער קרעפטן, און שפירן זיך יעצט פארלאזט צום געפאר פון טערקישע אגרעסיע.

אזוי אויך האבן אנדערע לענדער אפגעווארפן דעם זיג-דעקלעראציע. דער אויסערן מינסטער פון בריטאניע האט געשריבן "די ארבעט איז ווייט פון פערטיג, אייסיס שטעלט נאך אלס א געפאר, און מיר מוזן אנהאלטן אן אנוועזנהייט צו פארזיכערן דעם סוקסעס פון די אינטערנאציאנאלע אפעראציעס". אזוי אויך האט די פראנצויזישער פארטיידיגונגס מיניסטער געשריבן אז "אייסיס איז אפגעשוואכט געווארן, אבער עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז זיי זענען אפגעווישט פון די מאפע".



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל