צוויי אוקראינער ים פארטן, בערדיאנסק און מאריפאל, זענען גענצליך בלאקירט, נאכדעם וואס רוסלאנד האט גענצליך בלאקירט צוגאנג קיין אוקראינע דורכ׳ן אזאוו ים, און ערלויבן נאר רוסישע שיפן. 35 אוקראינער שיפן זענען געבליבן שטעקן אינעם שווארצן ים, לויט ווי די אוקראינער רעגירונג זאגט.

דער אוקראינער רעגירונג זאגט אז דאס איז א פרואוו פון רוסלאנד צו אנגרייטן נאך א מיליטערישע אינוואזיע און אוועקנעמען פון אוקראינער די שטעט ארום דעם אזאוו ים-וועג וואס גיסט זיך אויס צום שווארצן ים, און איז די איינציגסטע ים פארבינדונג צווישן אוקראינע און דער קריימיער האלב-אינזל. די ארטיגע פארטן זענען קריטיש וויכטיגע פאר די אוקראינער עקאנאמיע, און די בלאקאדע קען האבן שווערע פינאנציאלע קאנסעקווענצן.

רוסלאנד האט געשטיצט סעפאראטיסטן אין מזרח אוקראינער אין א בלוטיגע ציווילע קריג וואס האט אומגעברענגט איבער צען טויזנט מענטשן, ביז 2015 ווען עס איז דערגרייכט געווארן א פייער אפשטעל. אבער די יעצטיגע אנגעצויגנקייט קוקט אויס ווי א פרואוו פון רוסלאנד צו באנייען די שלאכטן, און מעגליך איבערנעמען נאך אוקראינער טעראטאריע.

רוסישע ים-בלאקאדע אויף אוקראינער פארטן
רוסישע ים-בלאקאדע אויף אוקראינער פארטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל