מאנהעטן - א אידישע פראפעסאר אין דער קאלאמביע אונווערסיטעט וואס גיבט לעקציעס איבער דעם האלאקאוסט, איז אויפגעשוידער געווארן ווען זי האט געפונען האקנקרייצן געפארבט מיט ספרעי-פעינט אויף די ווענט פון איר אייגענעם אפיס. דער פראפעסאר זאגט אז נאך בעפאר זי איז אריין אין איר אפיס איז זי שוין דערציטערט געווארן, זעענדיג דער אויפשריפט ''איד'' געפארבט הארט נעבן איר אפיס. אבער דאס איז נאר געווען דער אנהויב. ווען זי איז אריין אין איר אפיס איז זי אויפגעשוידערט געווארן ווען די ערשטע זאך וואס זי האט געזעהן, איז געווען עטליכע גרויסע האקנקרייצן געפארבט אויף די וואנט.

עס איז נישט דער ערשטער מאל, וואס דער דאזיגער פראפעסאר ווערט געציהלט דורך אנטיסעמיטישע אטאקעס. אין 2007 האט א וואנדאליסט ארויפגעשמירט א האקנקרייץ אויף דעם אפיס טיר פון דעם זעלבן פראפעסאר, און אויך געפארבט דעם פראפעסאר'ס נאמען און דערנאך עס אויסגעשטראכן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל