א גרופע ניו יארקער קאנסיללייט האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו לעגאליזירט עלעקטראנישע ביציקלעך און סקאָטערס אין ניו יארק, און ענדיגן א פארבאט קעגן אזעלכע סארט ביציקלעך און סקאָטערס וועלכע זענען טעכניש אומלעגאל אין ניו יארק, טראץ וואס טויזנטער באנוצן זיך דערמיט.

דער געזעץ וועט אויך איינפירן פאליסיס צו מוטיגן ניו יארקער זיך צו איינהאנדלן אזעלכע ביציקלעך, וויבאלד - לויט די געזעצגעבער - וועט דאס רעדוצירן די צאל פריוואטע קארס און אזוי ארום פארגרינגערן טרעפיק. דאס גייט דירעקט קעגן דעם ווילן פונעם מעיאר, וועלכער האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק פארארדענט די פאליציי צו שטרענגער אינפארסירן פאליסיס קעגן די סארט ביציקלעך, זאגנדיג אז עס איז אומזיכער. דער מעיאר האט געזאגט אז ער וועט שטודירן דעם נייעם געזעץ, און זעהן אויב מען קען אריינלייגן זיכערהייט סטאנדארטן וועלכע זאלן אדרעסירן דעם פראבלעם.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל