דער אפאזיציע פירער אין באכראין שעיך אלי סאלמען האט געקריגן אן אורטייל פון לעבנסלענגליכע טורמע, נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין שפיאנירן פאר קאטאר, אבער מענטשן רעכט ארגאניזאציעס פראטעסטירן דעם אורטייל און זאגן אז ער ווערט געצילט מיט לעכערליכע קלאגעס בלויז צוליב זיין קעגנערשאפט צום רעזשים און דער סולטאן.

אלי סאלמען איז געווען פון די אנפירער פון די 2011 אויפשטאנד אין באכרעין וואס האט כמעט אומגעווארפן דעם רעזשים, און שפעטער איז ער געשטעלט געווארן פאר א פראצעס אינאיינעם מיט נאך אפאזיציע אנפירער וואס זענען באשולדיגט געווארן אין קאנספירירן מיט קאטאר צו שעדיגן דאס לאנד.

באכרעין האלט אין טורמע הונדערטער אפאזיציע פיגורן און אקטיוויסטן, און דער רעזשים ספראוועט זיך מיט א שטארקע אויפברויז קעגן די קענגליכע פאמיליע און דער סולטאן, אבער זיי לייגן אן די שולד אויף קאטאר וועמען זיי באשולדיגן אין פרובירן צו אומווארפן די רעגירונג, און זיי קריגן שטיצע פון סאודי אראביע צו אונטערדריקן פראטעסטן.

שעיך אלי סאלמען
שעיך אלי סאלמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל