אין דער קאלאדאניע אינזל אינעם פאסיפישן ים איז פארגעקומען א קריטישע רעפערענדום דעם זונטאג, נעמליך אויב דאס אינזל זאל פארבלייבן א טייל פון פראנקרייך אדער דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט. דער אינזל איז פון די פארבליבענע טעראטאריעס וואס פראנקרייך האלט נאך אן פון איר אימפעריאליסטישע עפאכע, און די 135,000 איינוואוינער זענען פראנצויזישע בירגער.

דער אינזל פארמאגט א שטארקע סטראטעגישע וויכטיגקייט, צוליב פילע מינעראלן וועלכע ווערן דארט אויסגעגראבן, און ווערט גענוצט אין פראדוקציע פון עלעקטערישע אפאראטן. אזוי אויך די סטראטעגישע ארט וואו זי זיצט איז פראקטיש פאר נאטא, און איר זעלבסשטענדיגקייט וואלט געקענט געבן די גרינע ליכט פאר כינע צו גענצליך איבערנעמען קאנטראל פונעם פאסיפיק.

פראנקרייך האט שטארק קאמפיינט צווישן די איינוואוינער, קעגן זעלבשטענדיגקייט. אין א מעסעדש א טאג פאר די וואלן האט דער פרעזידענט מאקראן געזאגט "פראנקרייך וועט זיין ווייניגער שיין אהן אייך", און דער קאמפיין איז געלונגען ווען 58% האבן געשטימט קעגן זעלבסשטענדיקייט און בלויז 43% האבן געשטימט פאר זעלבסשטענדיקייט.

קאלאדאניע וועלט צו פארבלייבן טייל פון פראנקרייך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל