היינט מאנטאג גייט אריין אין עפעקט סאנקציעס' וואס פרעזידענט טראמפ האט באצייכנט אלס ״די שטרענגסטע סאנקציעס״ וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן קעגן איראן סיי ווען. דאס נעמט אריין אלע סאנקציעס וועלכע די אבאמא אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט אינאיינעם מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, און זענען געלינדערט געווארן אונטער דעם 2015 נוקלעארן אפמאך.

די סאנקציעס זענען קעגן איראן, און קעגן סיי וועלכע לאנד אדער פירמע וואס מאכט געשעפטן מיט איראן. דאס נעמט אריין דער איראנער אויל אינדוסטרי, וואס איז ווי זויערשטאף פאר די איראנער עקאנאמיע, און אן אפשטעל פון דער איראנער אויל עקספארט איז א זיכערער טויט פאר די איראנער עקאנאמיע, און קען שטארק באטראפן דאס לאנד.

צוריק אין מאי, האט פרעזידענט טראמפ זיך ארויסגעצויגן פון דעם איראנער נוקלעארער אפמאך, און האט דאן געזאגט אז ער וועט געבן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע א האלב יאר זיך צוצופאסן צום נייעם רעאליטעט און אפהאקן אירע ביזנעס פארבינדונגען מיט איראן. און ארום 100 פירמעס האבן זיך שוין זינט דאן ארויסגעצויגן פון איראן.

דייטשלאנד, בריטאניע און פראנקרייך האבן אויסגעדריקט שטארקע קעגנערשאפט צו די באנייטע סאנקציעס, און האבן אויפגעשטעלט א ספעציעל סיסטעם פאר אייראפעאישע פירמעס צו קענען ווייטער מאכן געשעפטן אין איראן אהן צו זיין אויסגעשטעלט צו די אמעריקאנער סאנקציעס.

אזוי אויך האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א ספעציעלע ״וועיווער״ פון די סאנקציעס פאר זיבן לענדער וועלכע וועלן זיין ערלויבט פאר נאך א שטיק צייט צו מאכן געשעפטן מיט איראן, דאס נעמט אריין טערקיי, איטאליע, אינדיע, כינע, יאפאן, סאוט קארעא. סעקערטערי אף סטעיט פאמפעאו האט געזאגט אז זיי זענען גרויסע ביזנעס שותפים פון איראן, און זיי האבן געפאדערט מער צייט זיך צוצופאסן צו די נייע סאנקציעס.

שווערסטע סאנקציעס קעגן איראן גייען היינט אריין אין עפעקט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל