רוסלאנד - אַ רירענדע מעמד חנוכת הבית איז פארגענומען אין די שערי צדק חסד צענטער אין די האַרץ פון די מאַרינאַ ראָשאַ קוואַרטאַל פון מאָסקווע. אונטער די אויפזיכט פון דעם הויפט רב פון רוסלאַנד, רבי בערל לאַזאַר שליט"א, דינט דער צענטער טויזנטער פון עלטערע, נויטבאדערפטיגע, אדער עלנדע אידן, וואָס באזוכן טעגלעך די גרויס געביידע, וואָס איז ווי אַ היים צו זיי.

די מעמד האט זין אָנפאַנגען מיט'ן לייגן א מזוזה צום נייעם פּרויעקט, "אהל חסד'" - אַ גמ"ח פאַר אידישע פאמיליעס, גערופן נאָך מרס. אהבה ליבא הורוויץ ע"ה, און געווידמעט דורך איר מאַן, הרב מרדכי הלוי הורוויץ פון ירושלים עיה"ק. ער איז מכובד געווארן צו ארויפקלאפן די מזוזה אויף די הויפט אריינגאנג, צוזאמען מיט זיין זוהן הרב שאול הלוי הורוויץ און אנדערע משפחה מיטגלידער.

גמ"ח אהל חסד העלפט אידישע פאמיליעס מיט פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע געצייגן, ווי קינדער בעטלעך, סטראָולערס (קערידזשעס), פלאטעס פאר שב"ק, הייס וואַסער קעסלעך, צוזאמלייג בענקלעך, און נאך אסאך אנדערע.

שערי צדק
שערי צדק

זינגן און טענץ
זינגן און טענץ

ברייטע מאהלצייט
ברייטע מאהלצייט

ברייטע מאהלצייט
ברייטע מאהלצייט

ארויפקלאפן די מזוזה
ארויפקלאפן די מזוזה

די אריינגאנג צו אה"ל חסד
די אריינגאנג צו אה"ל חסד

רבי בערל לאַזאַר קלאפט א מזוזה
רבי בערל לאַזאַר קלאפט א מזוזה

נאך די שנירל-שניידונג צערעמארניע
נאך די שנירל-שניידונג צערעמארניע

שנירל-שניידונג צערעמארניע
שנירל-שניידונג צערעמארניע




בעטלעך צו פארבארגן
בעטלעך צו פארבארגן

קפה אסתר
קפה אסתר



באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל