דער פאפולארער בייק-שערינג פראגראם איבער ניו יארק סיטי וועט פארטריפלט ווערן נאכדעם וואס דער פראגראם איז איבערגענומען געווארן דורך די 'קאר-רייד שעירינג' פירמע ׳ליפט׳ וועלכע האט פארשפראכן צו אריינלייגן איבער 100 מיליאן דאלער אין  דעם פראגראם, און עס צו פארברייטערן צו אמווייניגסטנס דריי-פאכיג. דאס באדייט אז די יעצטיגע 12,000 ביציקלעך, וועלן פארטריפלט ווערן צו איבער 36,000 ביציקלעך.

אונטער דעם אויסברייטערונג, וועלן פילע נייע געגענטער אויך באקומען די 'דאקינג סטאנציעס' און עס וועלן זיין פיל מער סטאנציעס צו פארלייכטערן דעם צוגאנג פאר נאך הונדערטער טויזנטער ניו יארקער צו געניסן פון דעם לייכטן וועג צו ארומפארן. עס וועט אויך צוגעלייגט ווערן 'פעדאל סקאָטער'ס' וועלכע זענען לעצטנס שטארק פאפולער.

דאס ווערט שטארק באגריסט דורך באאמטע און ניו יארקער איינוואוינער וויבאלד עס קען שטארק פארלייכטערן טרעפיק, ספעציעל אין ליכט פון די אפשליסונג פונעם 'על' באן ליניע וואס לאזט איבער צענדליגע טויזנטער מיט א געברויך פאר אן אלטערנאטיווע וועג צו פארן קיין מאנהעטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל