נאך לאנגע יארן פון פארשפרעכונגען און ערווארטונגען, וועט מארגן באנייט ווערן די ערשטע שפאגל נייע פליגל וואס איז צוגעלייגט געווארן צום ניו יארקער "לע-גווארדיע" לופטפעלד. דער נייער פליגל וועט פארמאגן 18 געיטס, און 11 וועלן געעפנט ווערן מארגן, און נאך זיבן וועלן ווארטן ביז אין 2020 ווען דאס גאנצע פליגל ווערט פארפולקאמט ווערן.

דאס איז א טייל פון דעם "טערמינאל בי" פראיעקט וועלכע וועט צולייגן נאך 6 אזעלכע פליגלען, און אלעס אינאיינעם ווערט צוגעלייגט 72 פרישע געיטס, און צוויי מאסיווע "אנקום און ארויספאר" זאַלן, וועלכע וועלן אינאיינעם זיין איבער 2.7 מיליאן סקווער פוס, און וועט אפקאסטן א געשאצטע 8 ביליאן דאלער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל