ענקאָרעידזש - א 7.0 ערדציטערניש האט היינט אויפגעשאקלט אַלאַסקאַ, האט די פאַראייניגטע שטאַטן געאָלאָגישע סורוויי געזאגט, ברענגענדיג אויטאריטעטן צו דערקלערן אַ צונאַמי ווארענונג.

די ערדציטערניש איז פארגעקומען בערך אַכט מייל צפון פון ענקאָרעידזש. ווידיאס אַריינגעשיקט צו סאשעל מידיאַ האט געוויזן סטודענטן נעמען שיצונג אונטער טישן און גראסערי פראדוקטן אראפגעפאלן פון די פּאָליצעס.

"באריכטן פון רקוד שעדיגונגען זענען באשטעטיגט געווארן, אַריינגערעכנט אינטערנאַשאָנעל ערפּאָרט ראָוד," האט געשריבן א ווארטזאגער פאר די טעד סטיווענס ענקאָרעידזש אינטערנאַציאָנאַלער לופטפעלד אויף זייער טוויטער קאנטע, צולייגענדיג אַז דריווערס זאָל נעמען "עקסטרעמע אויפמערקזאמקייט".

די ענקאָרעידזש לופטפעלד האט געזאגט אז פליגערס קאמען נאך אָן, און פארגעשלאגן אז רייזענדע זאלן זיך פארבינדן מיט זייער לופטליניעס פאַר די מערסטע פארלעסליכע אינפאָרמאַציע.

די ענקאָרעידזש סקול דיסטריקט האט ארויסגעשטעלט אַ מעלדונג צו עלטערן אויף זייער אַפיציעלע טוויטער קאנטע. "מיר האָפן אַז יעדער איז פארזיכערט נאָך דער ערד-ציטערניש. מיר שאצן אצינד אָפּ די געביידע זיכערקייט און שאדן", האט דער שולע דיסטריקט געשריבן. "מיר וועלן אינפארמירן די געמיינדע ווי נאר פרישע אינפאָרמאַציע קומט אריין. עלטערן ווערן געבעטן צו קומען אפנעמען די קינדער ווען איר שפירט עס איז זיכער צו טאָן אַזוי".















קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל