א העק אינעם קאמפיוטער סיסטעם פונעם הילטאן האטעל נעץ, האט אפעקטירט איבער א האלב ביליאן קליענטן.

עס איז אויפגעדעקט געווארן די העקערס האבן באקומען צוטריט זינט 2014 צו אלע טעקעס (פיילס בלע"ז) פון די הילטאן קליענטן. דער העק איז דרוכגעפירט געווארן אויף איין לאקאל פון הילטאן אין ענגלאנד, און אזוי ארום האט דער העקער באקומען צוטריט צו די דאטאבאזע פון הילטאן מיט צוטריט צו פריוואטע אינפארמאציע פון הונדערטער מיליאנען, דאס נעמט אריין נעמען, פאספארט נומערן, און געבורט-דאטומען.

הילטאן האט ארויסגעשיקט א מעלדונג צו אלע אירע קליענטן און געסט צו איינמעלדן איבער דעם פראבלעם, און געעפנט א ספעציעלער וועבזייטל צו העלפן יעדער איינער וואס איז עפעקטירט געווארן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל