א ווארטזאגער פאר די רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט קלארגעשטעלט אז פוטין קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגערופן א געפלאנטע סאמיט אין ארגענטינע, זאגנדיג אז טראמפ איז געצווינגען געווארן דאס צו טוהן צוליב פאליטישע דרוק אין אמעריקע. דער ווארטזאגער האט געזאגט אז דאס אפרופן דעם מיטינג האט גאנץ ווייניג צו טון מיט די סיטואציע אינעם שווארצן ים. מיר גלויבן אז עס האט צוטון מיט די פאליטישע אנטוויקלונגען אין אמעריקע. ער האט דערמיט אנגעדייטעט אז דאס איז צוליב די פרישע אנטוויקלונגען אין די מולער אויספארשונגען און איבער פרישע באווייזן אז טראמפ האט געהאט ביזנעס אינטערעסן אין מאסקווע, טראץ וואס ער האט עטליכע מאל קאטעגארישע אפגעווארפן אז ער זאל האבן סיי וועלכע ביזנעס פארבינדונגען צו די רוסן.

דער טוויט אין וועלכע טראמפ האט געמאלדן אז ער רופט אפ דעם מיטינג, איז קריטיקירט געווארן דורך פילע רעפובליקאנער און דעמאקראטן, וויבאלד דער פרעזידענט קריטיקירט נישט די רוסישע שריט און דרוקט אויס האפענונג פאר א סאמיט אין די צוקונפט. ער שרייבט בלויז אז ער וועט אפהאלטן דעם זיצונג "ווען די סיטואציע וועט זיך אויסקלארן".




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל