היינט הייבט זיך אן דער יערליכער דזשי-20 סאמיט, מיט די באטייליגונג פון פילע וועלט פירער אין בוענאס איירעס אין ארגענטינע. דער היי יעריגער סאמיט, איז הויפטזעכליך פארנומען מיט דריי צענטראלע אנלעגנהייטן אויפ׳ן סדר היום. דער עקאנאמישער האנדלס-קריג צווישן אמעריקע און כינע, און מען קוקט ארויס צו די געשפרעכן צווישן פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט טיש, אויב זיי וועלן קענען קומען צו א פארשטענדעניש צו פארמיידן דעם האנדלס-קריג פון קעגנזייטיגע טאריפן און שטייערן.
דאן קוקט מען ארויס וויאזוי די וועלט וועט רעאגירן צו וולאדימיר פוטין, דער רוסישער דיקטאטור וואס האט אין די לעצטע טעג פארשטערקערט זיינע אגרעסיעס קעגן אוקראינע, א מיטגליד אין נאטא, און טוט בלאקירן צוטריט פאר אוקראינע צו עטליכע פון אירע פארטן, און האלט עטליכע פון אירע זעלנער אין געפענגעניש.
אזוי אויך זענען די אויגן פון די וועלט געוואנדן צו זעהן וויאזוי עס ווערט אויפגענומען דער קרוינפרינץ פון סאודי אראביע מוכאמעד בן-סאלמען, וועלכע באטייליגט זיך ביים סאמיט אין ברען פון אן אינטערנאציאנאלע שטורעם איבער דאס מארד פון א זשורנאליסט וועלכער האט אים קריטיקירט. עס זענען פארהאן באווייזן וועלכע פארבינדן אים דירעקט צום מארד. עטליכע וועלט פירער האבן געזאגט אז זיי וועלן זיך טרעפן מיט אים, און צווישן זיי האבן עטליכע געזאגט אז זיי וועלן אים פארהאלטן איבער דעם מארד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה