קאליפארניע - א היי-ספּיד געיעג אין די אמעריקע-מעקסיקא גרענץ אין סאַן דיעגאָ קאונטי, האט זיך געענדיקט מיט דריי טויטע און אַכט פארוואונדעטע, נאָכדעם וואס אַ טשעווראָלעט פּיקאַפּ טראָק האט פרובירט צו אדורכפליען אַן טשעקפאונט, ארויפפאָרנדיג אויף אַ שטעכעדיגע פּאַס און זיך איבערגעקערט אין אַן שיץ-וואנט אויף די אינטערסטעיט 8, האבן אויטאריטעטן געזאגט אין אַ סטעיטמענט. דער פּיקאַפּ טראָק האט געטראגן עלף מענטשן - ניין וואס זענען געליגן אומצוגעבינדן אין די בעט - ווען די טראָק איז צעווילדעוועטערהייט דורכגעפלויגן די טראפיק ביי א ספּיד פון איבער 100 מייל פער שטונדע, האב בייוואוינערס געזאגט.

גרענץ אגענטן האבן אוועקגעשטעלט א ספּייק פּאַס (וואס שטעכט די רעדער) ווען דער פּיקאפּ טראָק איז געקומען צו פליען, און האט פארלוירן קאָנטראָל, זיך געהויבן אין די לופט און און אַראָפּגעגליטשט אַ זיכערהייט וואנט אין אַ צוויי-ליניע אינטערסטעיט, האבן אויטאריטעטן געזאגט.

דריי פאסאזשירן זענען דערקלערט געווארן טויט אויפ'ן סצענע, און די אנדערע אַכט האבן געליטן וואונדן, האבן די אויטאריטעטן געזאגט.

דער דרייווער איז געגלויבט צו זיין אַן אמעריקאנער בירגער און ווערט איצט פארהאלטן דורך די יו. עס. באָרדער פּאַטראָל ווען זיינע וואונדן ווערן באהאנדלט.

קיינער פון די פאסאזשירן'ס אידענטיטעט זענען ארויסגעגעבן געווארן. עס איז נישט קלאָר צי זיי זענען טייל פון די אימיגראציע קאַראַוואַן וואס זוכן זיך אריינצוכאפן אין סאַן דיעגאָ. אויטאריטעטן פארדעכטיגען נישט אז אַלקאָהאָל אָדער דראגס זענען געווען פארמישט אין די אינצידענט.









קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל