אין ליכט פון די אנגייענדע אגרעסיעס פון רוסלאנד קעגן אוקראינע, א מיטגליד אין נאטא, האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער רופט אפ א געפלאנטע סאמיט מיט׳ן רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין וואס האט געזאלט פארקומען קומענדיגע וואך ווען ביידע פירער געפונען זיך ביים דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע. דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אין אן אינטערוויו פאריגע וואך געזאגט, אז ער וועט איבערקלערן אויב ער וועט ווייטער גיין מיט׳ן סאמיט אין ליכט פון די אנטוויקלונגען אין די קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע. עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן פארלאנגט פונעם פרעזידענט צו זיך ארויסשטעלן מיט א שטייפערע רעאקציע צו די רוסישע שטיק אינעם שווארצן ים.

דער אוקראינער פרעזידענט האט היינט אפעלירט פאר הילף פון נאט"א, זאגנדיג אז רוסלאנד וויל אינוואדירן גאנץ אוקראינע, און זייערע יעצטיגע שריט קומט צו מעסטן וויאזוי די וועלט רעאגירט צו אזעלכע פרעכע שריט. ער האט פארלאנגט אז נאט״א זאל שיקן מיליטערישע שיפן צום אזאוו ים-וועג צו ברעכן דעם רוסישער בלאקאדע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל