אמווייניגסטנס 10 זענען אומגעקומען אין שווערע שטורעמס און פארפלייצונגען וואס פלאגן עטליכע ראיאנען אין איטאליע. די ווינטן זענען אנגעקומען צו איבער 110 מ.פ.ש., און אומגעווארפן ביימער און געשעדיגט געביידעס, אריינגערעכנט פראמינענטע טוריסט ערטער.

ספעציעל שווער איז באטראפן געווארן די היסטארישע שטאט ווענעציע, וועלכע זיצט אויפ׳ן וואסער און עס לויפן אדורך קאנאלן. ארטיגע אויטאריטעטן זאגן, אז ארום 75% פונעם שטאט איז גענצליך פארפלייצט מיט וואסער. דער צענטראלע ״סענט מארק סקווער״ איז פארפלייצט מיט איבער 5 פוס פון וואסער, און אלע טוריסטישע אטראקציעס זענען אפגעשפארט געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל