א דייטשער קראנקן-ברודער האט זיך דערקלערט שולדיג אין געריכט פאר׳ן אומברענגן מער פון 100 פאציענטן דורכאויס די יארן, דורכ'ן איינשפריצן טויטליכע דאזעס פון שלאֵפונג מעדעצין, ברעגנדיג דאס הארץ צו אן אפשטעל.

דער 41 יעריגער ניעלס האגעל האט דאס געטון אין לויף פון עטליכע יאר, אין צוויי באזונדערע שפיטעלער. ער האט מודה געווען אז ער האט דאס געטון מיט׳ן ציל צו ״ראטעווען״ די פאציענטן נאכ׳ן הארץ אטאקע, און אזוי ארום געווינען די שעצונג פון זיינע קאלעגעס.

די פראצעס ווערט שטארק נאכגעפאלגט אין דייטשלאנד, ספעציעל דורך הונדערטער פאמיליע מיגטלידער פון זיינע קרבנות, און ספעציעל ברענגט דאס ארויף פראגעס איבער די צוטרוי אין די מעדיצינישע שטאב אין שפיטעלער. מאנכע רופן פאר מער רעגירונג איבערזיכט אין די שפיטעלער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל