די דענישע אויטאריטעטן האבן היינט אויפגעדעקט אז זיי האבן מיט עטליכע וואכן צוריק צושטערט א פלאן דורך די איראנער רעוואלוציאנארע גווארדיע צו אומברענגען אן איראנער אפאזיציאנער אויף דענישע באדן, און אז איין נארוועגיער בירגער פון איראנער אפשטאם געפונט זיך אונטער ארעסט פאר׳ן פלאנירן דעם מארד.

דער ציהל פון די געפלאנטע אטאקע איז געווען דער אנפירער פון א גרופע וואס רופט זיך "די קאמיטע צו באפרייען אהאוואז", א גרופע וואס איראן באשולדיגט אז זיי זענען געשטאנען אונטער א טעראר אטאקע אין איראן מיט אנדערטהאלבן מאנאט צוריק, אין וועלכע 25 איראנער זעלנער זענען אומגעקומען.

דאס איז שוין די צווייטער איראנער אטאקע, אויף אייראפעאישע באדן. מיט עטליכע וואכן צוריק האט פראנקרייך ארעסטירט איראנער אגענטן און געלייגט סאנקציעס אויף איראן, נאכדעם וואס זיי האבן צושטערט אן איראנער פלאן צו אומברענגען איראנער אפאזיציע אקטיוויסטן וואס האבן זיך געפונען אויף א פארזאמלונג אין פאריז.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל