דער פענטאגאן האט נעכטן ענדגילטיג באשטעטיגט נאך 5,200 טרופן, וועלכע וועלן געשטעלט ווערן ביים דרום גרעניץ צו זיך ספראווען מיט א קאראוואן וועלכע מארשיקט אויפ׳ן וועג קיין אמעריקע. דאס איז אויסער ארום 2,600 טרופן, וועלכע געפונען זיך שוין דארט פון די נאציאנאלע גווארדיע (נעשאנאל גאורדס). די זעלנער וועלן נישט דירעקט קאנפראנטירן די פליטים און אינפילטרירער, נאר וועלן ארויסהעלפן די גרעניץ וועכטער, און אויך אויפבויען ״געצעלט לאגערן״ צו פלאצירן די אזיל-רעכט זוכער וועלכע קומען אריבער דעם גרעניץ ביז זייער שיקזאל ווערט באשלאסן.

די אומגעווענליכע שריט צו שיקן זעלנער צום גרעניץ, ווערט קריטיקירט דורך פילע אין די פאליטישע וועלט אלס א צינישע פאליטישע טריק פון פרעזידענט טראמפ צו ציען אויפמערקזאמקייט צו אימיגראציע בעפאר די מיד-טוירם וואלן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל