אונטער די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איז יעדעס קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע אויטאמאטיש פאררעכנט אלס אן אמעריקאנער בירגער, אבער פילע עקספערטן שטרייכן אונטער אז עס איז ווערט אין די לעצטע צענדליגע יארן אויסגענוצט דורך אומלעגאלע אימיגראנטן זיך צו אריינכאפן קיין אמעריקע, און שאפט א פראבלעם פון ״קייט אימיגראציע״. פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויפגעדעקט אין אן אינטערוויו, אז ער טוט זיך באראטן מיט זיין לעגאלע שטאב צו נעמען א גאר אומגעווענליכע שריט, און נוצן אן עקזעקיוטיווע דעקרעט צו טוישן די קאנסטיטוציע, און קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע נישט פאררעכנט ווערן אלס אמעריקאנער בירגער.

די פראגע אויב דער פרעזידענט קען טוישן א קאנסטיטוציאנאלע געזעץ מיט אן עקזעקיוטיווע דעקרעט איז ערווארטעט צו עפענען א לעגאלע קאמפ וואס וועט ווארשיינליך אנקומען צום העכסטן געריכט, אבער דער פרעזידענט זוכט טאקע יעצט צו ארויפברענגען די פראבלעם פון אימיגראציע צום שפיץ פונעם געשפרעך פאר די בעפארשטייענדע וואלן, וויבאלד אנקעטעס צייגן אז די מערהייט פונעם פאלק שטימט איין מיט רעפובליקאנער איבער אימיגראציע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל