פענסילוועניע - פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט היינט באזוכט די דער קאָנסערוואַטיווע עץ חיים שוהל אין פיטסבורג, זיך צו טרעפן מיט די פאמיליע און פריינט פון די באטראפענע פון די מערדעליכע שיסעריי דעם פארגאנגענע שב"ק צופרי.

א שטיקל איבערקערעניש האט זיך געשאפן, ווען איינער האט באמערקט א פארשוין מיט א פרא-טראמפ "מאגא" שילד, און אים געבעטן צו עס אויסטוהן אלס רעספעקט צו די ערנסטקייט פון די צוזאמקום, און עס נישט פארוואנדלען אין א "פאליטישע ראלי". ער האט אנטזאגט, און אנגעהאלטן דעם שילד.

א הילכיגע קידוש השם איז געווען ווען זשורנאליסטן האבן באריכטעט די אומגעווענליכע "קלאסישקייט" און "ברייטהאריגקייט" פון די פיטסבורגער אידן.

מידיא באריכטן זאגן אז טראמפ האט פרובירט צו מיטברענגען אויף דעם באזוך נאך פאליטיקאנטן פון וואשינגטאן, אבער זיי האבן אים אפגעזאגט. דאס רעכנט אריין די צוויי רעפובליקאנער פירער מיטש מעקאנאל און פאול רייען, און אויך די צוויי דעמאקראטישע פירער נענסי פעלאוסי און טשאק שומער. אזוי אויך האט דער גאווערנער פון פענסילוועניע זיך אנטזאגט צו באגלייטן טראמפ אויף דעם באזוך, און דער מעיאר האט אויך געבעטן דעם פרעזידענט צו אפרופן דעם באזוך צוליב די שוועריגקייט צו ארגאניזירן די זיכערהייט אין די צייט וואס מען איז פארנומען צו ארגאניזירן די לוויות.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל