פענסילוועניע - א מאסן שיסעריי אין א פיטסבורג שוהל, האט איבערגעלאזט עלף טויטע און זעקס פארוואונדעטע, אריינגערעכנט פיר אפיצירן.

א שיסער האָט געעפנט פייער אין אַ פּיטסבורגער שוהל היינט שב"ק צופרי, אומברענגענדיג 11 מענטשן און פארוואונדענדיג זעקס אנדערע, אַריינגערעכנט פיר פּאָליציי אָפיצירן, איידער ער איז ארעסטירט געווארן, האבן די אויטאָריטעטן געזאגט.

פּיטסבורג פּובליק סעפעטי דירעקטאָר ווענדעלל היסריטש האט געזאגט אַז די פּאָליציי זענען ארויסגעשיקט געווארן צו דער קאָנסערוואַטיווע עץ חיים ביהמ"ד און 9:55 צופרי, נאָכ'ן באקומען רופן אַז עס קומט פאר אַן אַקטיווע שיסעריי סיטואַציע אויף די סצענע, אין די שטאָט'ס מערסטענס-אידישע "סקווירעל היל" דיסטריקט. ער האט באשטעטיגט אז עלף מענטשן זענען אומגעקומען - קיין איינע פון זיי קינדער.

לאָו ענפאָרסמענט באַאַמטע האבן אידענטיפיצירט דעם פארשוין באשולדיגט אין די שיסעריי אלס ראַבערט באָוערס, 48 יאהר אלט.

דער עף.בי.איי. ספּעציעלע אַגענט וואס לויפט די פּיטסבורג אָפיס, באַב דזשאָונס, האט געזאגט אַז עס איז געווען די "שרעקליכסטע קרימינאלע סצענע" וואס ער האט בייגעוואוינט אין זיין 22 יעהריגע קאַריערע מיט די ביוראָ. דזשאָונס זאגט אַז די באטראפענע זענען געציהלט געווארן סתם ווייל זענען אידן, אָבער אַז באָוערס' פולע מאָטיוו איז נאכנישט קלאהר.

עס ווערט באריכטעט אז באָוערס האט געשריגן "אַלע אידן מוזן שטאַרבן" (היל"ת) ווען ער האט באשפריצט די סצענע מיט קוילן. די אטאקע איז געקומען בשעת די ראַביי האבן געגעבן א נאמען פאר א נייע-געבוירענע קינד אין די קאָנסערוואַטיווע שוהל, ביי די שבת תפילות.

דער פענסילוועניע גאָווערנאר טאם וואלף האט געזאגט אַז די עף.בי.איי. פארשט די שיסעריי אלס "אַ האַס פאַרברעכן". איז באשטעטיגט געווען שפעטער נאכמיטאג דורך אַטוירני דזשענעראַל דזשעף סעסשאָנס, וואס האט געזאגט די יוסטיץ דעפּאַרטמענט וויל קלאָגן ראַבערט באָוערס מיט האַס-פאַרברעכן און אנדערע קלאגעס איבער די שוידערליכע אנפאל וואס ער האט גערופן "שאנדפול און גרויליג צו די ווערדן פון דעם פאָלק".

די יו.עס. אַטוירני פאַר די איסט דיסטריקט פון פענסילוועניע סקאַט ברעידי האט געזאגט אַז אויטאָריטעטן "ערווארטן צו אריינגעבן קרימינאלע קלאגעס בקרוב, מעגליך אין א טאג".

זיי גלויבן אז באָוערס האט נישט געהאט קיין מיטארבעטער. "ביי די פונקט האבן מיר נישט קיין אינפארמאציע אַז באָוערס איז געווען באקאנט צו די לאָו ענפאָרסמענט איידער די היינטיגע אטאקע," האט דזשאָונס צוגעלייגט.

די פּאָליציי אין ניו יארק און אין לאס אנדזשעלעס האבן געזאגט אז זיי וועלן ארוויסשטעלן באזונדערע וואך פאר די שוהלן און אנדערע אידישע אינטערעסן איבער די שטעט.





























קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל