די פרעסע אין דעם גאלף קעניגרייך אמאן האט היינט געמאלדן אז דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט מיט עטליכע טעג צוריק באזוכט אינעם קעניגרייך, און זיך געטראפן מיט׳ן סולטאן קאבוס בען-סאעיד, זייענדיג די ערשטע באזוך פון א מדינת ישראל פיגור זינט 1996.

אין 2000 האט אמאן אפיציעל אפגעהאקט דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל, איבער אין די לעצטע יארן האבן זיך די באציאונגען פריש אנגעווארימט אונטער׳ן ראדאר, ספעציעל אין ליכט פון די געמיינזאמע קעגנערשאפט צו איראן און איר נוקלעארער פראגראם.

נתניהו איז געקומען באגלייט מיט די הויפטן פון די "מוסד" שפיאנאזש דינסט און מיליטערישע ראטגעבער. לויט׳ן באריכט איז באהאנדלט געווארן פלענער וויאזוי צו גיין פאראויס אין די פארהאנדלונגען מיט די פאלעסטינער, און אין אלגעמיין וויאזוי צו צוריקשטעלן ארדענונג אינעם מיטל מזרח.

👈 זעהט ווידיא





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל