פלארידע - פעדעראלע אויטאריטעטן האָבן אַרעסטירט אַ מענטש אין פארבינדונג מיט אַ סעריע פון פּאָסט באָמבע פעקלעך געשיקט אין די לעצטע ביסל טעג, באריכטעט סי.ען.ען. דער באשולדיגטער איז גענומען פון די מיאַמי געגנט פון פלאָרידאַ, לויט צו אַ מקור פון די לאָו ענפאָרסמענט.

עף.בי.איי. אָפיצירן וואס פאָרשן די סיריעל פּאָסט באָמבער האבן געפונען נאך צוויי פאַרדעכטיגטע פּעקלעך היינט פרייטאג, ברענגענדיג די טאָטאַלע ציפער צו צוועלף. איין פּעקל איז געווען אדרעסירט צו קאורי בוקער, אַ באַוואוסטע דעמאָקראַטישע סענאַטאָר ערנסט באטראכט ווי אַ צוקונפטיגע פּרעזידענטליכע קאַנדידאַט, און אַנדעקט געוואָרן אין אַ פלאָרידאַ ווערהאַוז. א צווייטע פּעקל, וואָס איז געווען אויסגעשטעלט צו דזשעימס קלעפּער, דער געוועזענער נאַציאַנאַלער שפּיאַנאַזש דירעקטאָר, איז געפונען געווארן אין סי.ען.ען.'ס נייעס צימער אין ניו יארק.

ווי פריערדיגע ציהלן, האבן ביידע בוקער און קלאַפּער עפנטלעך קריטיקירט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ.

👈 זעהט ווידיא

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל