מייק ריטשאַרד פּענס, געבוירן אום יוני 19, 1959, איז אַן אַמעריקאַנער פּאָליטיקאַנט און אַדוואָקאַט, און דינט אַלס די אַכט און פערציגסטע וויצע פּרעזידענט.

געבוירן און אויפגעוואַקסן אין קאָלאָמבוס, אינדיאַנאַ, האָט ער געדינט אַלס קאָנגרעסמאַן פון די סטעיט פון 2001 ביז 2013. דאָס איז געקומען נאָכ'ן פאַרלירן ערשט צוויי פאַרמעסטן פאַר די פּאָזיציע, אין 1988 און אין 1990. שפּעטער האָט ער געדינט אַלס גאָווערנאָר פון אינדיאַנאַ פון 2013 ביז 2017, און אין יאר 2017 איז ער געלאָפן פאַר די וויצע פּרעזידענט פּאָזיציע מיט די טראָמפּ קאַנדיטאטור, און געוואונען.

פּענס שילדערט זיך אַלס א "שטרענגער קאָנסערוואַטיוו" און שטיצער פון די "טי פּאַרטי" באַוועגונג, זאָגענדיג אַז ער איז "אַ קריסט, אַ קאָנסערוואַטיוו, און אַ רעפּובליקאַנער" אין די סדר.


לעצטע אפדעיט: ערש"ק וירא תשע"ט

באַשריבן דורך יושע לאווי צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל