די גאנצע ציוויליזירטע וועלט איז אויפגעטרייסעלט געווארן פון דעם מאסן מארד וואס א וויסטער ווייסער ראסיסט-אנטיסעמיט האט דורכגעפירט שב"ק צופרי אין א קאנסערוואטיוון טעמפּל אין פּיטסבורג, ווען דער שווער באוואפנטער רוצח - אלע זיינע גאנס זענען געווען לעגאל - האט אריינגעשטורעמט נאכדעם ווי ער האט א שעה פריער געשריבן אויפ'ן אינטערנעט וואס ער גייט טאן, און ער האט אנגעהויבן צו שיסן אויף רעכטס און לינקס.

👈 זעהט בילדער און ווידיאס

ער האט געשאסן און גע'הרג'עט באוואוסטזיניג מיט'ן ציל צו פאראורזאכן ווי מער פארלוסטן, און נאר בחסדי ה' איז נישט געווען א גרעסערע טראגעדיע, ווייל מיט זיינע 3 גאנס האט ער געקענט ח"ו אלעמען אויסשיסן. מען האט טאקע באגריסט די העלדישקייט פון די ערשטע פאליסלייט וואס זענען אריינגעלאפן "אין פייער", אין די שיסעריי, וואס דאס האט פארמיטן נאך מער פארלוסטן.

אין די ערשטע שעה'ן נאך די טראגעדיע, איז יעדער שאקירט געווען. עס זענען שוין פארגעקומען אין די לעצטע יארן מאסן מארדן אין פארשידענע קירכעס און אויך אין שולעס, מאסן פארזאמלונגען, א.ד.ג., אבער בחמלת ה' זענען אידישע פלעצער אין אמעריקע סיז דערווייל פארשוינט געווארן, האט דער איצטיגער אינצידענט גאר שווער געטראפן אלעמען, סיי ווייל גאנץ כלל ישראל איז כלב אחד, ווי איין הארץ, נאר אויך ווייל עס האט געוויזן ווי מען קען זיך נישט באשיצן אדער באווארענען קעגן אזעלכע זאכן, (אפילו מיט א באוואפענטן וועכטער, קען מען זיך אויך נישט באווארענען קעגן א רוצח וואס וועט ח"ו לאקערן אויף די אידן ווען זיי גייען אהיים פון שוהל. מ'הערט, אז דער טעמפל האט אפילו פלאנירט ווי אזוי צו ראטעווען זיך אין פאל פון א שיסעריי.) נאר מ'דארף מרבה בתפילה זיין, בעטן דעם רבוש"ע אז אונזערע שונאים זאלן אונז נישט קענען שעדיגן.

אין געוויסע אידישע געגענטער האט מען זיך שוין שב"ק נאכמיטאג דערוואוסט פון די טראגעדיע, ווען מען האט געזען א גרעסערע פאליציי אנוועזענהייט ביי שוהלן, און זיי האבן דערציילט וואס עס איז געשען, און אויפגעפאדערט יעדן צו זיין מער וואכזאם. "אויב איר זעט עפעס, זאגט עפעס", איז דער אויפרוף צו יעדן. רוב אידן שותו"מ האבן זיך אבער דערוואוסט פון די טראגעדיע ערשט מוצ"ש, ברענגענדיג א שווערן אנהויב צו די נייע וואך.

ווי פארשטענדליך האט די אלגעמיינע וועלט אויסגעטייטשט דעם מאסן-מארד לויט די אייגענע אנשויאונגען. טייל האבן באשולדיגט פּרעזידענט טראמפּ, וואס כאטש דער פּרעזידענט האט עס איצט זייער שארף זייער שנעל פארדאמט, און ארויסגעטרעטן גאר שטרענג קעגן אנטיסעמיטיזם, האבן אבער זיינע קעגנער גע'טענה'ט אז ער האט געשאפן די אטמאספערע אין לאנד אונטער וואס אנטיסעמיטן און ראסיסטן שפּירן זיך באקוועם. ווען ער האט פאר א יאר זיך נישט געקענט ברענגען געהעריג צו פארדאמען די ראסיסטן און נעא-נאציס אין טשארלאטסוויל, ווירדזשיניע, און דער פּרעזידענט האט אפילו געזאגט אז עס זענען דא פיינע מענטשן אויך ביי די נעא-נאציס, איז דאס - פאלשערהייט - אויסגעטייטשט געווארן דורך די פינסטערע עלעמענטן אז זיי האבן א "פריינד אין ווייסן הויז". דאס איז ביי זיי געווען ווי א "גרינע ליכט", אז עס איז א הפקר-וועלט. מ'האט א פּרעזידענט וואס וועט נישט צולאזן קיין שום געזעצן צו צוימען דעם הפקר'דיגן באנוץ פון גאנס, און מ'קען זיין א "פיינער מענטש" אפילו אויב מ'איז א ראסיסט אדער אנטיסעמיט.

האפענטליך וועט דעם פּרעזידענט'ס שנעלער שארפער ארויסטריט נאך דעם איצטיגן מאסן-מארד אין פּיטסבורג, און אויך די שטרענגע באנעמונג פון אטוירני דזשענעראל סעשאנס, ווייזן פאר די שעדליכע עלעמענטן אז עס איז נישט קיין הפקר-וועלט, מ'טאר נישט נוצן געוואלדטאטן קעגן אנדערע מענטשן, און אויב יא, וועט מען כאפּן די שולדיגע, אזוי ווי ביים מאסן מארד אין פּיטסבורג און דעם פאסט-באמבארדירער פון פלארידא, און מ'וועט פארלאנגען די שטרענגסטע שטראפן.

(אגב, וועט איצט פּרעזידענט טראמפּ ווארשיינליך נישט קענען פּטור ווערן פון סעשאנס, אזוי ווי ער האט געהאט אין פּלאן צו טאן נאך די וואלן, ווייל סעשאנס האט די טעג ארויסגעוויזן אויסגעצייכנטע פירערשאפט פעאיגקייטן, וואס אפילו פּרעזידענט טראמפּ אליין מוז באוואונדערן און שעצן.)

די שיסעריי אין פּיטסבורג וואלט געקענט פיל ערגער זיין, אבער צו מזל זענען די ערשטע 4 פּאליסלייט אנגעקומען ביז 5 מינוט. יענער איז אבער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין שיסעריי אויף די 3 שטאקן, וואס אין די ענדע זענען געווען 11 טויטע, הי"ד, 8 מענער און 3 פרויען. אויך זענען געווען 6 פארוואונדעטע, אריינגערעכענט 4 פּאליסלייט, וואס איינער פון די פּאליסלייט איז קריטיש פארוואונדעט געווארן און אויך איינער פון די אידן איז געווען אין אן ערנסטן צושטאנד לרפואה שלימה.

דער מאסן מערדער אליין, ראבערט באוערס, 46 יאר אלט, איז עטליכע מאל געשאסן געווארן דורך די פּאליציי און מ'האט אים אפּגעפירט אונטער ארעסט אין שפּיטאל פאר באהאנדלונג. ער זעט אויס ווי ער וועט יא איבערלעבן זיינע וואונדן.

באוערס איז באלד אנגעקלאגט געווארן אויף 29 פעדעראלע פעלאני פארברעכענס, אריינגערעכענט 11 מאל מארד קלאגעס, און אויך אויף האס פארברעכענס. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט באלד געמאלדן אז מ'וועט פארלאנגען טויט שטראף. ער קען באקומען טויט שטראף סיי אויף די פעדעראלע קלאגעס און אויך אויף די סטעיט מארד קלאגעס אין פענסילוועניע.

פּרעזידענט טראמפּ האט אויך באלד געלאזט הערן א שארפן סטעיטמענט פארלאנגענדיג אז עס קומט פאר אזא מערדער טויט שטראף און ווי אמשנעלסטן, נישט אז מ'זאל דאס לאזן פארשלעפּן לאנגע יארן מיט פארשידענע לעגאלע דריידלעך.

דער פּרעזידענט האט אבער אויך געזאגט אז מ'זאל דאס נישט אויסנוצן צו קאמפּיינען קעגן גאנס, ווייל נישט דאס איז דער פעלער, נאר אדרבה, אויב עס וואלט געווען באוואפנטע וועכטער אין טעמפּל, וואלט פילייכט די טראגעדיע פארמיטן געווארן, פילייכט וואלט בלויז דער מערדער גע'הרג'עט געווארן.

מעיאר דיבלאזיא איז געווען פון די ערשטע דאס שארף צו קריטיקירן, (פאליטישאנס זענען איבערגעשטיגן איינער דעם צווייטען מיט פארדאמונגען) באצייכענענדיג דאס ווי נאך א פאל פון "באשולדיגן דעם קרבן". מ'דארף יא אדרעסירן דעם גאן פּראבלעם, אז גאנס קענען אנקומען אין יעדענ'ס הענט אריינגערעכענט עמיצער וואס האט געהאט אזא מיאוס'ע פארגאנגענהייט פון פארברענטן ראסיזם און נאך מער, אנטיסעמיטיזם.

צופעליג האט באוערס קיינמאל נישט געהאט צו טאן מיט די פּאליציי ביז איצט; די פאליציי האט אפילו נישט געוואוסט פון אים, כאטש ער איז פארנומען געווען אויפ'ן אינטערנעט שפּייענדיג מיט העצערייען און קללות. פאר אים איז אפילו פּרעזידענט טראמפּ אויך געווען "טריפה", ווייל ער ווערט קאנטראלירן דורך די אידן... באוערס האט זיך באנוצט מיט מיאוס'ע אפּשפּעטענדיגע אויסדריקן ווען ער האט גערעדט פון אידן.

אפילו אין די לעצטע שעה'ן פאר די אטאקע האט ער נאך אויך געקאכאט אויפ'ן אינטערנעט מיט זיינע אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע העצערייען, און ער האט געענדיגט מיט אויפרעגונג אז "האיאס" גלייכט אריינצוברענגען אינוואדירער וואס הרג'נען אונזערע מענטשן. (האיאס איז די בארימטע – עלטסטע - ארגאניזאציע וואס העלפט פאר אידישע אימיגראנטן.) איך קען נישט זיצן און צוקוקן ווי אזוי מיינע מענטשן ווערן גע'שחט'ן. איך גיי אריין.

וואס האט איצט אזוי שטארק אויפגעקאכט באוערס אויף "האיאס"?

פאריגע וואך, פ' לך, האט "האיאס" ארויסגעלייגט א ליסטע פון קאמיוניטיס איבער'ן גאנצן לאנד וואס האבן באשטימט יענעם ש"ק פאר פּליטים. 4 אזעלכע צוזאמקונפטן זענען באשטימט געווארן פאר די פּיטסבורג געגענט. דאס האט ווייזט אויס אזוי צעשרויפט באוערס אז ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף זיין מאסן מארד די וואך.

באוערס האט געהאלטן ווארט. ער האט געכאפּט זיינע גאנס און איז צוגעפארן צום טעמפּל "עץ חיים", וואס אין יענעם טעמפּל זענען געווען 3 באזונדערע פארזאמלונגען, 2 פון די קאנסערוואטיוון און איינס פון א "ריקאנסטראקשעניסט" באוועגונג (אזוי ווי רעפארמער). עס איז די וואך פילייכט געווען א גרעסערער עולם אין דעם טעמפּל צוליב א ברית וואס האט געדארפט פארקומען, און עס זענען געווען א סאך מענטשן פון יעדן עלטער, אפילו אויך קינדער. צו מזל זענען די קינדער נישט געשאסן געווארן.

דער מערדער האט באלד אנגעהויבן שיסן מיט זיין "עי אר-15" ביקס, וואס דאס איז א מיליטערישע סארט ביקס וואס ווערט גענוצט דורך מאסן מערדער אין אמעריקע, ווייל עס קען זייער שנעל אויסשיסן זייער א סאך קוילן, מיט גרויס קראפט. אנטי-גאן אקטיוויסטן טענה'ן אז דאס איז נישט א ביקס וואס מ'נוצט ווען מ'גייט אויף יאגד, צו שיסן חיות אדער פויגל. דאס איז א ביקס וואס מ'נוצט אין מיליטער, צו הרג'נען מענטשן, ממילא וואלט דאס געדארפט פארבאטן ווערן פאר ציווילע מענטשן, אבער דער פּרא-גאן לאבי איז צו שטארק, מ'קען נישט טשעפּען אפילו אזא סארט מיליטערישע ביקס.

די גאנצע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין ווינציגער פון 20 מינוט אבער דאס איז געווען מער ווי גענוג צייט פאר דעם רוצח איבערצולאזן א בלוט-באד וואס וועט פאראייביגט ווערן אין די היסטאריע פון אמעריקע, זייענדיג דער ערגסטער אנטיסעמיטישער אנפאל - מיט די מערסטע פארלוסטן - אין די היסטאריע.

פארדאמונגען זענען געקומען פון אלע ריכטונגען, ווייל מ'האט דאך גאנץ שנעל געזען אז באוערס האט אזא פינסטערע פארגאנגענהייט, ער איז א פארברענטער אנטיסעמיט.

פּרעזידענט טראמפ האט באלד געלאזט הערן די שארפסטע רייד ווען ער האט פארדאמט אנטיסעמיטיזם, אבער דער פּרעזידענט האט דערנאך פארגעזעצט זיין סדר היום, פארענדיג צו א פארמער'ס קאנווענשאן און דערנאך צו א פּאליטישן ראלי אין אילינאי. ער האט עס "פארענטפערט", אז אויב ער וועט טוישן זיין סדר היום, ווייזט דאס אז יענע חברה קענען געווינען. בלויז אויב מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן אזוי ווי פריער, ווייזט מען פאר די פארברעכערישע עלעמענטן אז זיי האבן נישט אויסגעפירט, זיי טוען גארנישט אויף.

ווי פארשטענדליך איז דער טראמפּ ראלי קריטיקירט געווארן נישט בלויז דורך דעמאקראטן נאר אויך דורך זעלבסטשטענדיגע אנשטענדיגע מענטשן וואס זענען נאך געווען שאקירט פון די טראגעדיע, און זענען געווען גאר שטארק אנטוישט אז דער פּרעזידענט האט זיך ווייטער געפירט אויף זיין שטייגער מיט העצערישע געשרייען קעגן "סי ען ען", און קעגן דעמאקראטן, איגנארירענדיג אז "סי. ען. ען." איז געווען געצילט פון עטליכע באמבע פּעקלעך דורך דעם טעראריסט וועמען מ'האט פרייטאג ארעסטירט. טראמפּ האט ווייטער געשריגן מיט די מיאוס'ע אויסדרוקן אויף "סי ען ען", אזוי ווי די וואס זענען געשטאנען אויף סטיקערס וואס דער טעראריסט סאיאק האט געהאט אויף זיין "ווען", מיט גענוי די זעלבע אויסדרוקן קעגן "סי ען ען".

ווען דער פּרעזידענט איז צוריקגעקומען קיין וואשינגטאן מוצ"ש האט ער פארארדענט אז די אמעריקאנער פאנען זאלן אראפּגעלאזט ווערן אויף העלפט ביז קומענדיגן מיטוואך, אלס טרויער אויסדרוק אויף די נאציאנאלע טראגעדיע פון דעם מאסן מארד אין פּיטסבורג.

ראבערט באוערס האט גענוצט א וועבסייט וואס רופט זיך "געב", וואס דארט איז פול מיט די מיאוס'טע אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע העצערייען. די וואס ווערן פארבאטן אויף טוויטער אדער פעיסבוק, קענען נוצן "געב" פאר זייערע העצערייען. נאך דעם שיסעריי ווען מ'האט ארעסטירט באוערס, האט "געב" אפּגעשטעלט, געשלאסן די באוערס אדרעסע אויף זייער וועבסייט און זיי האבן פארשפּראכן די פולסטע קאאפּעראציע מיט די אויספארשער. זיי וועלן אפירזוכן אלעס וואס זיי קענען טרעפן פון די באוערס קאמוניקאציעס. זיי האבן באטאנט אז זיי זענען קעגן געוואלדטאטן, אבער זיי האלטן ווייטער פון פרייע אויסדרוק רעכטן.

איינער פון די "געב" פירער האט זיך אפילו בארימט אויף "טוויטער", אז זיי האבן באקומען א מיליאן "היטס" (באזוכער) יעדע שעה! (אזוי זעען אויס אזעלכע הפקר'דיגע עקסטרעמיסטן. אידיש בלוט גיסט זיך, אומשולדיגע מענטשן זענען געשאסן געווארן, אבער פאר די וואס האבן בייגעשטייערט צו די העצערישע אטמאספערע פון באוערס און פון אנדערע אזעלכע געפערליכע חברה, איז דאס גאר געווען א געווינס מיט וואס זיך צו בארימען, אז עס איז געווען א מיליאן באזוכער א שעה, אין די ערשטע שעה'ן, אויף זייער פינסטערן וועבסייט…)

*

די "עף. בי. איי." האט פארארדענט נישט ארויסצוגעבן צופיל איינצלהייטן און נישט צו אידענטיפיצירן די וואס זענען אומגעקומען ביז מ'וועט פולשטענדיג קענען אויף זיכער אידענטיפיצירן יעדן און איינמעלדן פאר זייערע פאמיליעס, נישט אז די פאמיליעס זאלן דאס דארפן הערן אין די נייעס. צוליב דעם איז א ליסטע פון די אומגעקומענע נישט פארעפענטליכט געווארן ביז 9 אזייגער זונטאג צופרי. פאלגענד איז די ליסטע:
  1. דזשאיס פיינבורג, 75 יאהר אלט, פון אוקלאנד
  2. ריטשארד גאטפריעד, 65 יאהר אלט, פון ראָסס טאונשיפ
  3. רוזא מאלינגער, 97 יאהר אלט, פון סקווירעל היל
  4. דזשערי ראבינאוויטש, 66 יאהר אלט, פון עדזשוואוד
  5. סעסיל ראזענטאל, 59 יאהר אלט, פון סקווירעל היל
  6. דוד ראזענטאל, 54 יאהר אלט, פון סקווירעל היל
  7. בערניס שימאן, 84 יאהר אלט, פון ווילקינסבורג
  8. סילוואן שימאן, 86 יאהר אלט, פון ווילקינסבורג
  9. דניאל שטיין, 71 יאהר אלט, פון סקווירעל היל
  10. מעלווין וואקס, 88 יאהר אלט, פון סקווירעל היל
  11. איירווינג יונגער, 69 יאהר אלט, פון מאונט וואשינגטאן

קוקענדיג אויף די ליסטע, זעט מען אז די קדושים, הי"ד, זענען געווען אין עלטער פון 54 ביז 97 יאר.

די שימאנ'ס זענען געווען א פּארפאלק, ער איז אלט געווען 86 יאר און זי 84 יאר. די ראזענטאלס זענען געווען 2 ברידער, 59 און 54 יאר אלט.

דניאל שטיין, 71 אלט, האט נארוואס געהאט אן אייניקל. ער איז געווען זייער באליבט און געשעצט ביי יעדן.

צוביסלעך קומען אפיר געשיכטעס איבער די אלע אומגעקומענע, וואס יעדער איד איז דאך א וועלט, אן "עולם מלא", און די טראגעדיע האט געהאט א ווייטן אפּקלאנג, עס האט "געטראפן" ממש הונדערטער משפּחות אין פּיטסבורג.

אפילו דער מעיאר פון פּיטסבורג, האט אויך געזאגט אז ער האט געקענט עטליכע פון די אומגעקומענע.

זונטאג האט מען אריבערגעפירט די קערפּער צום "מעדיקל עקזעמינאר".

א גרופּע עסקנים פון "מתעסקים" איז שוין מוצ"ש ארויסגעפארן קיין פּיטסבורג, ארויסצוהעלפן פאר די דארטיגע חברה קדישא אונטער די אומגלויבליכע שווערע אומשטענדן. "מתעסקים" האט דאך ערפארונג נזהר צו זיין אין כבוד המת, ווי ווייט מעגליך, אין מארד פאלן, וועלן זיי פּרובירן ארויסהעלפן ווי ווייט מעגליך אין פּיטסבורג.

עס איז געווען א שוידערליך בילד וואס די שיסעריי איז פארגעקומען. דער שיסער האט אנגעהויבן פאר 10 אזייגער, און עס האט געדויערט באלד 20 מינוט ביז ער האט זיך אונטערגעגעבן. די ערשטע 4 פּאליסלייט זענען אנגעקומען ווען ער האט געוואלט ארויסגיין פון די פאדערשטע טיר נאך זיין ערשטע שיסעריי. עס איז געווארן א שיסעריי צווישן די פּאליסלייט מיט דעם מערדער און 2 פּאליסלייט זענען פארוואונדעט געווארן ווען באוערס איז צוריק אריינגעלאפן און איז ארויפגעגאנגען אויף אן אויבערשטן שטאק.

באלד זענען אנגעקומען די "סוואט" ספּעציעלע פּאליציי (אזוי ווי קאמאנדאס, גוט באוואפענט און געפּאנצערט) און זיי האבן אריינגעשטורעמט אין די געביידע, עס איז ווייטער געקומען א שיסעריי ווען ער האט פארוואונדעט נאך 2 פּאליסלייט אבער ער איז אויך אזוי פארוואונדעט געווארן אז ער האט זיך געמוזט אונטערגעבן.

דער זיכערהייט דירעקטאר פון פּיטסבורג איז א געוועזענער "עף. בי. איי." אגענט. ער זאגט אז אין די איבער 20 יאר וואס ער האט געדינט אין די "עף. בי. איי.", ווען ער האט אפילו געזען עראפּלאן קראכן, האט ער נישט געזען אזא שוידערליך בילד ווי ער האט איצט געזען, און עס איז ממש נישט צום אויסהאלטן, אזוי אויפגעטרייסעלט איז ער געווארן.

דאס איז געווען די ערגסטע אטאקע אויף אידן אין אמעריקע.

"עץ חיים" געפינט זיך אין א געגענט, אויף א בארג וואס הייסט סקווארעל היל. דארט געפינען זיך אויך אנדערע שוהלן, און אזוי ווי עס איז געווען שב"ק, איז די נייעס צוביסלעך אנגעקומען אויך צו די חרדי'שע אידן, וואס זיי האבן אויך געזען ווי די פּאליציי איז געקומען צו פארן אלס פארשטארקטע וואך אויף אנדערע שוהלן.

ענליכעס איז געווען אויך אין אנדערע שטעט, איבערהויפּט אין ניו יארק, וואו די פּאליציי האט ארויסגעשיקט מער וואך ביי שוהלן, אלס באווארענונג אז ווען עס קומט פאר אזא אינצידענט ערגעץ אין אן אנדערע שטאט, קענען אזעלכע צעדרייטע וועלן נאכטאן אזא זאך אויך אין אנדערע שטעט, צוליב דעם ווערט די פּאליציי מאביליזירט צו באוואכן אידישע פּלעצער.

באוערס האט אין זיינע אינטערנעט העצערייען גענוצט די ערגסטע אויסדרוקן אויף די אידן. ער האט אפילו געשריבן אז די אידן זענען "די קינדער פון שטן" (עפ"ל). ש"ק צופרי האט עס שוין געפּלאצט ביי אים, ער האט געכאפּט זיין ביקס מיט 3 קליינע גאנס ווען ער האט אריינגעשטורעמט אין "עץ חיים" מיט'ן ציל אויסצו'הרג'נען אויסצושיסן ווי מער מענטשן ער וועט נאר קענען. ער האט אפילו געשריגן אז ער וויל הרג'נען אלע אידן!

נאך זיין ארעסט, האט די פּאליציי זיך אראפּגעלאזט אויף זיין וואוינונג דורכצונישטערן וואס פארא באווייזן זיי וועלן אלץ דארט קענען טרעפן.

*

א גאנצן טאג זענען אידן געווען באזארגט ווער עס איז אלץ געשאסן געווארן. אויב מ'האט נישט געהערט פון א פאמיליע מיטגליד וואס איז געגאנגען אין יענעם טעמפּל, און מ'האט נישט געפונען דעם מענטש אין א שפּיטאל מיט די פארוואונדעטע, האט מען פארשטאנען אז יענער איד איז ווארשיינליך געווען צווישן אומגעקומענע.

אין לויף פון טאג האבן זיך ארגאניזירט מאסן מענטשן אויסצודריקן זייער מיטגעפיל און מיטלייד, און פארנאכטס איז ארגאניזירט געווארן א גרויסער צוזאמקונפט אין וואס אויך די אידן האבן זיך אנגעשלאסן מוצ"ש ווען איבער 3,000 מענטשן זענען געקומען, א סאך פון זיי טראגענדיג ליכט וואס דאס איז שוין געווארן אזוי איינגעפירט ווען מ'וויל באעהרן עמיצן וואס איז אומגעקומען אין אזא טראגעדיע.

די פּאליציי און די "עף. בי. איי." איז איבערהויפּט אינטערעסירט פעסטצושטעלן צי באוערס האט געהאט אנדערע מיט וועמען ער האט פּלאנירט דעם מאסן מארד, און בכלל פארוואס ער האט דאס איצט געטאן.

איבעראל וואו די נייעס איז אנגעקומען האט זיך געשפּירט גרויס טרויער ביי אידן און אויך ביי אנדערע ערנסטע מענטשן.

אינטערנאציאנאלע פארדאמונגען


טרויער און מיטגעפיל אויסדרוקן, ווי אויך פארדאמונגען, האט אנגעהויבן אריינצוקומען פון די גאנצע וועלט. דער מדינת ישראל פּרעמיער נתני' האט דאס באלד פארדאמט און געמאכט א דראמאטישן זשעסט ביי די קאבינעט זיצונג זונטאג, ווען אלע האבן זיך אויפגעשטעלט מיט א מינוט פון שטילשווייגן אלס א געדענקמאל פאר די קרבנות אין אמעריקע. מדינת ישראל האט אפילו ארויסגעשיקט א גרופּע "עקספּערטן" ביים באהאנדלען טעראר געליטענע, וואס דאס איז דאך זייער אן אפטע ערשיינונג ביי זיי אין לאנד, ארויסצוהעלפן פאר די געליטענע און פאר די פאמיליעס אין פּיטסבורג.

דער פּאלעסטינער אויסערן מיניסטער האט אויך זונטאג פארדאמט די טעראריסטישע אטאקע קעגן די "עץ חיים" שוהל. ענליכע פארדאמונגען האבן אנגעהויבן אריינצוקומען אויך פון אנדערע אראבישע לענדער, אריינגערעכענט סאודי אראביע, קאטאר און באכרעין, און דער פּאלעסטינער אמבאסאדאר אין ענגלאנד האט אפילו ארויסגעשיקט א טוויט אין די ענגלישע שפּראך, פארלאנגענדיג אז די מערדערליכע אטאקע "דארף פאראייניגן אידן, (להבדיל) קריסטן און מוסולמענער פאר א פּשרה'לאזן קאמף קעגן אלע סארט האס און ראסיזם. מיין הארץ גייט איז מיט די פאמיליעס פון די קרבנות און פון אמעריקאנער פאלק."

ווי פארשטענדליך האט מען אויך באקומען טרויער און מיטלייד אויסדרוקן פון די מערב וועלט מדינות.

דאס אלעס וועט אבער נישט צוריקברענגען די וועמענ'ס לעבן זענען אזוי ביטער פארשניטן געווארן, עס וועט נישט פארגלעטן דעם ווייטאג פון זייערע משפחות, און עס וועט ווארשיינליך אויך נישט אויסגראדן די צעדרייטע קעפּ פון די פינסטערע ראסיסטן און אנטיסעמיטן, אבער עס וועט פילייכט יא העלפן ביים ווייזן פאר די וואס קלערן אז זיי וועלן באגריסט ווערן אלס העלדן ווען זיי טוען געוואלדטאטן קעגן אידן, אז זיי לעבן אין א טעות. "די וועלט" סימפּאטיזירט נישט מיט קיין מאסן מערדער, וואס אפילו אויב דאס איז נישט צוליב סימפּאטיע פאר אידן, (הלכה בידוע …) ווייסן אבער ערנסטע מענטשן, אז אויב מ'קוקט אוועק אויף געוואלדטאטן קעגן איין גרופּע מענטשן, קען איין רעליגיע, איז דאס א גרינע ליכט פאר געוואלדטאטן קעגן אלעמען, אויך קעגן זיי!

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל