א לאנג ערווארטעטער סאמיט צווישן אייראפעאישע לענער און בריטאניע, האט זיך נעכטן געענדיגט אן קיין שום דורכברוך. דערווייל זענען ביידע זייטן אנטשלאסן אין זייערע פאזיציעס, איבער די פראגע וויאזוי צו שטעלן א גרעניץ צווישן איירלאנד (וועלכע איז א מיטגליד אינעם אייראפעישן פאראיין) און צפון איירלאנד (א טייל פונעם בריטישן פאראיין).

שטייענדיג בלויז 200 טעג פאר׳ן דאטום וואס איז באשטימט געווארן פאר׳ן ״גט״ צווישן אייראפע און בריטאניע, שטייגט די זארג אז די צוויי זייטן וועלן זיך נישט פאראייניגן איבער אן אפמאך, און עס קען פירן צו א ״נישט-אפמאך״ ברעקזיט, וואס קען ברענגען שווערע עקאנאמישע און פאליטישע כאאס אין בריטאניע און איבער די וועלט.

בילד



וואס איז דער פראבלעם?


דער ״פאראייניגטע קעניגרייך״ פון בריטאניע באשטייט פון עטליכע באזונדערע לענדער וועלכע זיצן אויפ׳ן בריטישן אינזל, און אויך פון צפון איירלאנד, וועלכע זיצט אויפ׳ן דערנעבנדיגן אינזל, און דער איירישער ים טיילט אפ צווישן בריטאניע און איר טעראטאריע אין צפון איירלאנד.

צפון איירלאנד איז א טייל פונעם אינזל וואס די גרעסטע טייל דערפון איז דער איירישער רעפובליק, א זעלבסשטענדיגע לאנד וועלכע איז נישט קיין טייל פון בריטאניע, אבער איז א טייל פונעם אייראפעישן פאראיין, דער צוטיילונג צווישן צפון און דרום איירלאנד האט געענדיגט א לאנגיעריגע בלוטיגע בירגער קריג.

יעצט איז די פאקט אז איירלאנד ווערט געפירט דורך צוויי רעגירונגען נישט קיין גרויסע פראבלעם וויבאלד פאקטיש זענען ביידע אנגעשלאסן אינעם אייראפעישן פאראיין, און דעריבער איז נישטא קיין גרעניץ אינמיטן דעם אינזל, און עס ערלויבט פרייע באוועגונג און האנדל צווישן ביידע טיילן פון איירלאנד.

דער פראבלעם קומט יעצט ארויף ווען בריטאניע טיילט זיך אפ פונעם פאראיין, וואס באדייט אז איין טייל פונעם אינזל געהערט פאר בריטאניע, און דער אנדערע טייל איז אינעם אייראפעישן פאראיין. און וויבאלד א פיזישע געהעריגע גרעניץ צווישן די צוויי זייטן קומט נישט אין באטראכט פרובירן ביידע זייטן צו אויפקומען מיט אלטערנאטיוון צו א הערמעטיש פארמאכטע גרעניץ.

וואס טוט מען אויב מען מוז האבן א גרעניץ?


ביידע זייטן זענען מסכים צו ארבייטן אויף א פלאן צו בויען א ״אומזעהבארער״ גרעניץ צווישן די צוויי זייטן, וואס מיינט אז דער גרעניץ וועט ווערן באוואכט מיט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און ארגינעלע אינציאטיוון צו באשיצן די טעראטאריאלע רעכטן פון יעדע זייט.

אבער די פראגע בלייבט וואס מען טוט אויב די חידושים ארבייטן זיך נישט אויס. אויב למשל דער אפענער גרעניץ אין איירלאנד ווערט גענוצט דורך שמוגלער זיך צו אריינכאפן קיין בריטאניע, אדער צו שווערצן סחורות אריבער דעם גרעניץ.

דאס רופט זיך ״בעק-דראפ״ וואס מיינט אויב פאלט מען צוריק צו א געהעריגע גרעניץ, און איבער דעם איז די הויפט געפעכט, וואו זאל דער גרעניץ לויפן? זאל מען מאכן דעם גרעניץ צווישן דעם הויפט אינזל פון בריטאניע און איירלאנד אינעם איירישן ים? זאל מען צוטיילן דעם אינזל? ביידע זענען גאר פראבלעמאטיש, דער ערשטער פאל וועט אפרייסן צפון איירלאנד פון בריטאניע, און דער צווייטע פלאן וועט צורייסן דעם איירישן פאלק.

דערווייל האלט זיך דער אייראפעישער פאראיין ביי אירס אז אויב דארף מען שטעלן א גרעניץ וועט דאס לויפן אינעם איירישן ים, און זי וועט ערלויבן צפון איירלאנד צו ווערן א טייל פון א ״שטייער-פרייע״ פאראיין מיט אייראפע, אבער די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע זאגט אז דאס וועט פאקטיש צוטיילן צפון איירלאנד פון בריטאניע, און אנשטאט דעם וויל זי אז גאנץ בריטאניע זאל אין אזא פאל אריינגיין אין א ״שטייער-פרייע״ פאראיין מיט אייראפע.

וואו האלט עס יעצט?


נאך לאנגע חדשים פון פארהאנדלונגען קוקט אויס אז די צוויי זייטן קענען זיך בשום אופן נישט אייניגן אויף קיין פשרה איבער דעם, און א סאמיט האט זיך נעכטן געענדיגט אן קיין פארשריט אין די פארהנדלונגען, אבער פארט קוקט אויס אז ביידע זייטן זענען גרייט צו באטראכטן א פלאן צו פארלענגערן דעם ״סטאטוס-קווא״ פעריאד.

די ״עדזשאסמענט פעריאד״ איז א צייט אפשניט אין וועלכע די האנדל און עקאנאמישע באציאונגען צווישן בריטאניע און אייראפע גייען ווייטער אן אזוי ווי פריער, און טראץ וואס בריטאניע איז מער נישט אונטערגעווארפן אייראפעישע געזעצן האנדלט מען ווי איין בלאק ווען עס קומט צו עקאנאמישע אנלעגנהייטן.

דערווייל איז דער צייט אפשניט באשטימט אויף איין יאר, ביז׳ן ענדע פון 2020, אבער אייראפעישע פירער האבן געזאגט אז זיי זענען מסכים דאס צו פארלענגערן אויף נאך א יאר, און אין די צייט זאל מען קענען אויסהאמערן עפעס א לעזונג איבער׳ן איירישן פראבלעם.

טערעזע מעי האט אנגעדייטעט אז זי איז וויליג צו באטראכטן אזא פלאן, אבער אירע קאנסערוואטיווע און עקסטרעם-רעכטע פרא-ברעקזיט שותפים אין די רעגירוג זענען גאר שטארק דערקעגן, און זאגן אז דאס איז אלס טאקטיקן פון די אייראפעישע לענדער צו פארוואסערן דעם ברעקזיט אויסגאנג, און זאגן אז זי מוז נעמען א שטייפערע שטעלונג אין די פארהאנלדונגען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל