פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א ביטע צו מעקסיקא אז זיי זאלן אפשטעלן א קאראוואן פון פליטים וואס שטראמען אינאיינעם צום אמעריקאנער גרעניץ אין א פרואוו צו קריגן אזיל-רעכט, און געווארנט אז אויב וועלן זיי נישט באווייזן דאס צו טון וועט ער פארארדענען דעם מיליטער צו גענצליך אפשליסן דעם גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא. דאס קומט נאכדעם וואס ער האט געווארנט די רעגירונג פון האנדורעס צו אפשטעלן אלע פינאנציעלע שטיצע אויב זיי שטעלן נישט אפ דעם קאראוואן, און דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו גרייט זיך היינט צו אפרייזן קיין מעקסיקא וואו ער איז ערווארטעט צו אויפברענגען דעם פראבלעם מיט זיינע מעקסיקאנער קאנטער-קאלעגעס.
דער קאראוואן האט זיך ארגינעל ארויסגעלאזט פונעם שטאט סאן-פעדרא אין האנדורעס, א שטאט וואס ווערט געפלאגט פון שוידערליכע ווילדע פארברעכן און רציחות, און עס האבן זיך אנגעשלאסן אויפ׳ן וועג נאך יחידים און פאמיליעס וועלכע זוכן צו אנטלויפן קיין אמעריקע. דער קאראוואן ציילט יעצט מער פון 4,000 מענטשן, און אויב גרייכן זיי דעם אמעריקאנער גרעניץ קען עס שאפן ערנסטע קאפ ווייטאג פאר די אימיגראציע באאמטע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה