פראקורארן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט האבן אנגעקלאגט א באאמטע אינעם טרעזשורי דעפארטמענט פאר׳ן פיטערן זשורנאליסטן מיט אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבער פינאנציעלע רעקארדס פון פאול מאנאפאר און רוסישע דיפלאמאטן, און האט איבערגעגעבן פאר די מידיא דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדן צום מולער אויספארשונג.

די באאמטע נאַטאַלי מעיפלאַוער איז נעכטן ארעסטירט געווארן און ווערט באשולדיגט אין פארלעצן איר פליכט צו האלטן רעגירונג געהיימניסן, און אויך אין שעדיגן די אנגייענדע אויספארשונג, וויבאלד די פאקט אז אזעלכע סענסיטיווע אינפארמאציע קומט אן צו די מידיא שעדיגט די געהיימניס וואס עס פאדערט זיך פאר׳ן אויספארשונג.

די דאקומענטן זענען נאטיצן איבער פארדעכטיגטע טראנזאקציעס צווישן פאול מאנאפארט און רוסישע קוועלער - אריינגערעכנט דער רוסישע אמבאסאדער אין אמעריקע - וועלכע זענען צוגעשיקט געווארן צום טרעזשורי דורך די בענק, אונטער׳ן געזעץ דארפן בענק באריכטן סיי וועלכע פארדעכטיגטע טראנזאקציעס, אבער עס מוז בלייבן געהיים.

דער ארעסט איז א טייל פון די באמיאונגען פונעם יוסטיץ דעפארטמענט צו אפשטעלן דאס ארויסרינען געהיימע אינפארמאציע דורך פעדעראלע ארבייטער צו די מידיא, א פראבלעם וואס פלאגט שוין וואשינגטאן פאר לאנגע יארן, אבער איז פילפאכיג ארגער געווארן אינעם טראמפ עפאכע, אטוירני זשענעראל סעשאנס האט מיט א יאר צוריק פארשפראכן צו ברענגען אן ענדע צו די הפקרות.

Natalie-Mayflower-Sours-Edwards


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל