פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט היינט אויפגעדעקט, אז אייסיס האט זיך דראסטיש צוריקגעכאפט פון זייערע דורכפעלער אין סיריע, און האלטן אן קאנטראל פון באדייטנדע שטחים, און אז זיי פארמאגן 700 משכונות וואס זיי נוצן אלס מיטל צו סטראשען זייער קעגנער צו נאכקומען זייערע פארלאנגען, און אז צווישן די פארכאפטע געפונען זיך אויך אמעריקאנער און אייראפעאישע בירגער. פוטין זאגט אז אייסיס האט געשטעלט אן אולטימאטום אז זיי וועלן אומברענגען 10 משכונות יעדן טאג ביז ווען זייערע פארלאנגען ווערן ערפולט, און צוגעלייגט אז זיי האבן שוין אויסגעפירט זייער ווארנונג מיט א טאג פריער, פוטין האט אבער נישט געזאגט וואס זייערע פארלאנגען זענען.

די משכונות זענען - לויט באריכטן - פארכאפט געווארן פון א פליטים לאגער וועלכע געפונט זיך אונטער די אויפזיכט פונעם אמעריקאנער מיליטער, און עס נעמט אריין ארום 130 פאמיליעס, די מערהייט פון זיי פליטים פון אנדערע געגנטער אין סיריע. זיי ווערן געהאלטן אינעם שטאט האזשין, וואס איז אונטער אייסיס קאנטראל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל