סאודי אראביע פלאגט זיך מיט אונטערנאציאנאלע אויפברויז, נאך די שוידערליכע מארד פונעם סאודיער זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי, און נאכדעם וואס עטליכע גרויסע אינטערנאציאנאלע פירמעס האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן אפהאקן באציאונגען מיט דעם קעניגרייך. האבן היינט בריטאניע און אמעריקע ביידע זיך ארויסגעצויגן פון א בעפארשטייענדע עקאנאמישע סאמיט, וואס האט געזאלט דארט פארקומען.

היינט אינדערפרי האט דער בריטישער האנדלס מיניסטער ליאם פאקס געזאגט, אז ער וועט אפרופן זיין באטייליגונג אין אן אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע סאמיט, וואס האט געזאלט פארקומען אין סאודי אראביע. עטליכע שטונדן שפעטער, האט דער אמעריקאנער טרעזשורי מיניסטער סטיווען מענוטשין געזאגט, אז נאכ׳ן זיך באראָטן מיט פרעזידעט טראמפ און סעקערטערי פאמפעאו, האט ער אויך צוריקגעוויזן דעם סאודיער איינלאדענונג.

דער באשלוס פון מענוטשין איז א דיפלאמאטיש טויט קלאפ פאר סאודי אראביע, וועלכע האט שווער געארבעט אין די לעצטע טעג צו איבערצייגן די טראמפ אדמניסטראציע צו שטיין צו איר זייט אין ליכט פון די אינטערנאציאנאלע דרוק און פארדאמונגען קעגן איר. און די מעלדונג פון מענוטשין, האט געברענגט א פלייץ פון נאך לענדער וועלכע האבן נאכגעפאלגט און אפגערופן זייער באטייליגונג, אריינגערעכנט מערערע אייראפעאישע לענדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל