מָאנסי - די פאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אָ פּאָליציי אָפיציר, אָנגעטוהן אין ציווילע קליידער, געשטעלט ביי אַ קראָסוואָק, ווי קאַרס דאַרפן זיך - לויט'ן געזעץ - אָפּשטעלן ווען אַ פיסגייער וויל אַריבערגיין די גאַס, און געוואַרט אויף קאַרס וואָס פאָרן אַריבער. איינמאָל ער האָט געכאַפט איינעם, האָט ער אַריינגערופן אויף זיין ראַדיאָ, און אַ פאַרשטעקטע פּאָליציי קאַר האָט זיך באַוויזן און יענעם אָפּגעשטעלט און געגעבן אַ טיקעט.

עס פאַרשטייט [כמעט] יעדער, אַז אויסער דינא דמלכותא דינא איז עס פאַר די גוטס און זיכערהייט פון אונזערע פאַמיליעס, ספּעציעל נאָך פאַרשידענע טראַגעדיעס וואָס האט שוין ליידער באַטראָפן די עיר התורה, אַז יעדער זאָל אויספאָלגן די געזעצן אַנבאַלאנגט די טראַפיק אויף די ראָודס.

אין די זעלבע צייט, איז די מעטאָד וואָס די פּאָליציי נוצט, גערופן דורך מאַנכע אַלס ענטרעפּמענט (אַריינכאַפּונג), קאָנטראָווערסיאַל. געוויסע טענה'ן אַז דער אָפיציר באַווייזט זיך נישט אַלס אַן אַדורכגייער, ביז די לעצטע מינוט ווען די קאַר קען זיך שוין נישט אַזוי גרינג אָפּשטעלן.

אין די צייט וואָס דער אָפיציר האָט אַריינגעכאַפט איין קרבן נאָך די אַנדערע, האָט זיך אַ איד אַראָפּגעשטעלט נישט ווייט פונעם ווינקל, מיט אַ שילד וואָס שרייט "קאַפּ היידינג" (פּאָליציי באַהאַלט זיך), צו העלפן שפּאָרן אידיש געלד. עס האָט גענומען אַ וויילע, אָבער דער אָפיציר האָט געכאַפט וואָס דאָ גייט פאָר, און זיך געשטעלט פאָטאָגראַפירן מיט דעם איד... (זעה בילד)

די ראַמאַפאָ פּאָליציי האָט שפּעטער אַרויסגעשטעלט בילדער פון די אַקציע, און ערקלערט אז זיי מיינען די טובה פון די קאָמיוניטי. זיי האָבן דערציילט, אז זיי האָבן פאַקטיש באַוויזן צו שרייבן דרייסיג טיקעטס דאָרט יענעם טאָג.
באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


בילד: אָפיציר לאָזט זיך פאָטאָגראַפירן מיט דעם איד
אָפיציר לאָזט זיך פאָטאָגראַפירן מיט דעם איד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל