מאנסי – א טראגעדיע האט באטראפן די אידישע געמיינדע אין מאנסי דעם זונטאג, ווען דאס פופצן מאנאטיק קינד, הילד אפרים זיעדלאו ע"ה, איז טראגיש אומגעקומען ווען א טעקסי אויטא האט אריינגעקראכט אין אים. דער עקסידענט האט פאסירט ארום 5 אזייגער זונטאג נאכמיטאג, ווען דער טעקסי דרייווער איז געפארן ריקווערטס, ארויס פון א פארקינג לאט אויף דער דזשאואנא לעין גאס, און זייענדיג ווילד און אומפארזיכטיג, האט ער נישט געקוקט צו עמיצער איז הונטער'ן קאר, און נעבעך אראפגעקלאפט דעם קליינעם אפרים'ל וואס האט זיך דארטן געשפילט. הצלה וואלונטירן האבן אין דער איילעניש אפגעפירט דאס קינד צום "גוד סעם" שפיטאל, וואו ער איז שפעטער אומגעקומען פון די שווערע וואונדן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער, אידענטיפיצירט אלס יארגעי קאסטילא, האט ניטאמאל געהאט קיין דרייווערס לייסענס, אבער די פאליציי האבן אים בלויז געגעבן א טיקעט פאר'ן דרייוון אן לייסענס און דערווייל גייט ער זיין פריי.

דאס איז שוין די צווייטע קאר טראגעדיע אין בלויז עטליכע וואכן אין מאנסי, נאכדעם וואס א קליין קינד פון משפחת ברוין הי"ו איז אומגעקומען ווען א ווילדער נישט-אידישער דרייווער האט אראפגעקלאפט א מאמע און עטליכע קינדער. ויה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

בילד: צווייטע קאר טראגעדיע אין מאנסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל