בערלין – צוויי כינעזער טוריסטן זענען ארעסטירט געווארן אין בערלין פאר׳ן מאכן א נאצי סאלוט. די 2 זענען געשטאנען פארנט פון דער רייכסטאג געביידע און ווען די פאליציי, וואס באוואכן דאס ארט, האבן באמערקט וויאזוי זיי מאכן די נאצי סאלוט, האבן זיי באלד ארעסטירט די צוויי. אזוי ווי אין דייטשלאנד איז אומלעגאל צו מאכן דעם סאלוט, האבן די 2 געדארפט צאלן 600 דאלער בעיל באפרייט צו ווערן, און אן אויספארשונג וועט ווייטער אנגיין, צו דערגיין צי זיי באלאנגען מעגליך צו א נעא-נאצי גרופע אדער האבן זיי א היסטאריע פון אנטיסעמיטישע אויסדרוקן און אקטן, טראץ וואס זיי האבן באקומען ערלויבעניש אהיימצופארן קיין כינע.

בילד: דער רייכסטאג געביידע אין בערלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל