ניו דזשערסי – פרעזידענט טראמפ געפינט זיך אויף א זיבעצן טאגיקע וואקאציע אין זיין גאלף רעזארט אין ניו דזשערסי, אבער אין א מעסעדזש אויף טוויטער נעכטן, האט ער דערקלערט אז ער "ארבעט שווער אין ניו דזשערסי, אין דער צייט וואס דאס ווייסע הויז גייט אריבער לאנג-פלאנירטע רענאוואציעס". טראמפ האט געשריבן אז ער האלט כסדר אפ זיצונגען און וויכטיגע טעלעפאן קאלס, און אז קומענדיגע וואך וועט ער זיין אין ניו יארק סיטי פאר עטליכע זיצונגען. דאאס איז שוין דאס צווייטע מאל זינט פרייטאג וואס ער שרייבט אויף טוויטער אז ער איז בכלל נישט אויף קיין וואקאציע. קריטיקירער פונעם פרעזידענט האבן אנגעצייגט אז ס'איז בעצם בכלל נישט קיין פעלער אז ער איז אויף וואקאציע, ווייל א פרעזידענט פארדינט זיך א וואקאציע יעדע שטיק צייט, אבער דער פעלער איז נאר ווען דער פרעזידענט זאגט ליגנט, ווייל בילדער פון אנוועזנדע אינעם ניו דזשערסי גאלף רעזארט האבן קלאר געצייגט ווי דער פרעזידענט פארברענגט געשמאק, אנגעטאן אין וואקאציע קליידונג און שפילנדיג פארשידענע שפילערייען.

בילד: טראמפ: איך בין בכלל נישט אויף וואקאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל