ניו דזשערסי – זייענדיג אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א סעריע ווילדע מעסעדזשעס קעגן דעם דעמאקראטישן קאנעטיקוט סענאטאר, ריטשארד בלומענטאל, שרייבנדיג אז "ס'איז אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי סענאטאר בלומענטאל רעדט פון דער פאלשער רוסלאנד קאלוזשען געשיכטע, אין דער צייט וואס ער איז געווען א פאלשער וויעטנאם קריג באנדיט. קיינער אין דער אמעריקאנער היסטאריע האט נאכנישט אזוי בא'עוולה'ט און ליגנט געזאגט פאר וויילער אזוי ווי סענאטאר בלומענטאל. ער האט דערציילט געשיכטעס איבער זיינע קאמפן ביים וויעטנאם קריג, וואס איז אלעס געווען ליגנט, נאכדעם האט ער געבעטן מחילה פאר זיינע ליגנטס, און יעצט קומט ער רעדן וועגן קאלוזשען?". טראמפ'ס אטאקע קעגן דעם סענאטאר איז געקומען בשעת דער סענאטאר האט געגעבן אן אינטערוויו אויף "סי-ען-ען" (קאנטעקסט: טראמפ זאגט נאכאנאנד אז ער קוקט נישט סי-ען-ען, און בכלל אז ער האלט נישט מיט קיין נייעס סטאנציעס, און דא שטעלט זיך ארויס קלאר אז יא) און ווען ער האט גערעדט פון דער רוסלאנד אישו, האט טראמפ ארויסגעשיקט די מעסעדזשעס, באציענדיג זיך צום פאקט אז סענאטאר בלומענטאל האט אפאר יאר צוריק ליגנט געזאגט אז ער האט געדינט אין וויעטנאם, ווען אין רעאליטעט האט ער געדינט אין מיליטער ביים וויעטנאם קריג, אבער נישט אין וויעטנאם זעלבסט.




הוסף רשומת תגובה