דער פרעזידענט געפונט זיך אויף וואקאציע, און ער נוצט אויס די צייט צו קוקן טעלעוויזיע. ער האט דארט געזען דער דעמאקראטישער סענאטאר ריטשארד בלומענטאל באשולדיגונג אז די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט פאליטיזירט דעם יוסטיץ דעפארמענט מיט׳ן עפענען א מאסיווע קאמפיין קעגן ״ליעקס״, א זאך איבער וועלכע דער פרעזידענט רעדט אסאך. בלומענטאל האט באשולדיגט, אז דאס קומט צו אוועקנעמען די אויפמערקזאמקייט פון די רוסלאנד אויספארשונג. פרעזידענט טראמפ האט געעפנט א טוויטער אטאקע קעגן בלומענטאל, און אויפגעברענגט א אלטע סקאנדאל.

דער פרעזידענט האט געשריבן, ״אינטרעסאנט צו זעהן בלומענטאל רעדן איבער רוסלאנד. ער איז א שווינדלער, און ליגענער. קיינער אין אמעריקאנער פאליטיק האט נישט אזוי אויסגע'נער׳ט וויילער, ווי אים, ווען ער האט פארציילט געשיכטעס איבער וויעטנאם. ער האט שפעטער געוויינט פאר פארגעבונג, ווי א קליין קינד״. ער האט זיך דערמיט באצויגן צו א סקנאדאל אין 2010, נאכדעם וואס בלומענטאל האט געזאגט אז ער האט געדינט אין וויעטנאם, א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין פאלש.

בלומענטאל האט זיך דאן פארענטפערט, אז ער איז שלעכט פארשטאנען געווארן, און ער האט געמיינט צו זאגן אז ער איז געווען אין די מיליטער אין די צייט פון די וויעטנאם קריג, טראץ וואס ער איז נישט געווען אין וויעטנאם. בלומענטאל האט געענטפער פאר׳ן פרעזידענט אויף טוויטער, ״מר. פרעזידענט, דיין ׳בוליאינג׳ (פערזענליכע אטאקעס) האבן נישט געארבעט אין די פארגאנגענהייט, און וועלן ווייטער נישט ארבייטן. קיינער איז נישט העכערן געזעץ״. ער האט דערמיט אנגעדייטעט, אויף עטליכע מאל אין די פארגאנגענהייט, וואס טראמפ האט שוין אויסגענוצט די געשיכטע, צו פרובירן צו פארשווייגן בלומענטאל.

טוויט: אינטרעסאנט צו זעהן בלומענטאל רעדן איבער רוסלאנד. ער איז א שווינדלער, און ליגענער.

טוויט: קיינער אין אמעריקאנער פאליטיק האט נישט אזוי אויסגע'נער׳ט וויילער, ווי אים, ווען ער האט פארציילט געשיכטעס איבער וויעטנאם

טוויט: ער האט שפעטער געוויינט פאר פארגעבונג, ווי א קליין קינד

טוויט: מר. פרעזידענט, דיין ׳בוליאינג׳ האבן נישט געארבעט אין די פארגאנגענהייט, און וועלן ווייטער נישט ארבייטן. קיינער איז נישט העכערן געזעץ


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל